1 דאָס װאָרט פֿון ה׳ װאָס איז געװען צו יִרמיָהון װעגן אַלע ייִדן װאָס זײַנען געזעסן אין לאַנד מִצרַיִם, די װאָס זײַנען געזעסן אין מִגדוֹל, און אין תַּחְפַּנְחֵס, און אין נוֹף, און אין לאַנד פַּתרוֹס, אַזױ צו זאָגן: 2 אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל: איר האָט געזען דאָס גאַנצע בײז װאָס איך האָב געבראַכט אױף ירושָלַיִם, און אױף אַלע שטעט פֿון יהוּדה; און אָט זײַנען זײ אַ װיסטעניש הײַנטיקן טאָג, און קײנער װױנט נישט אין זײ; 3 פֿון װעגן זײער בײז װאָס זײ האָבן געטאָן, מיך צו דערצערענען, צו גײן רײכערן און דינען צו פֿרעמדע ג‑טער װאָס נישט זײ האָבן זײ געקענט, נישט איר, און נישט אײַערע עלטערן. 4 און איך האָב צו אײַך געשיקט אַלע מײַנע קנעכט די נבֿיאים, נאָכאַנאַנד און נאָכאַנאַנד געשיקט, אַזױ צו זאָגן: איר זאָלט נישט טאָן די דאָזיקע אומװערדיקע זאַך װאָס איך האָב פֿײַנט. 5 אָבער זײ האָבן נישט צוגעהערט און נישט צוגענײַגט זײער אױער און זיך אומקערן פֿון זײער שלעכטיקײט, נישט צו רײכערן צו פֿרעמדע ג‑טער. 6 און מײַן גרימצאָרן און מײַן כּעס איז אױסגעגאָסן געװאָרן, און האָט געברענט אין די שטעט פֿון יהוּדה, און אין די גאַסן פֿון ירושָלַיִם, און זײ זײַנען געװאָרן אַ חורבֿן, אַ װיסטעניש, אַזױ װי הײַנטיקן טאָג. 7 און אַצונד האָט אַזױ געזאָגט ה׳ אלוקי צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל: צו װאָס טוט איר אײַך אַלײן אַ גרױסע רעה, מע זאָל אײַך פֿאַרשנײַדן מאַן און װײַב, קינד און ברוסטקינד, פֿון צװישן יהוּדה, און נישט צו לאָזן אַן איבערבלײַב? 8 מיך צו דערצערענען מיט די װערק פֿון אײַערע הענט, צו רײכערן צו פֿרעמדע ג‑טער אין לאַנד מִצרַיִם, װוּ איר זײַט געקומען װױנען, כּדי מע זאָל אײַך פֿאַרשנײַדן, און כּדי איר זאָלט װערן פֿאַר אַ קללה און פֿאַר אַ שאַנד צװישן אַלע פֿעלקער פֿון דער ערד. 9 האָט איר פֿאַרגעסן די שלעכטיקײט פֿון אײַערע עלטערן, און די שלעכטיקײט פֿון די מלכים פֿון יהוּדה, און די שלעכטיקײט פֿון זײערע װײַבער, און אײַערע שלעכטיקײט, און די שלעכטיקײט פֿון אײַערע װײַבער, װאָס זײ האָבן געטאָן אין לאַנד יהוּדה, און אין די גאַסן פֿון ירושָלַיִם? 10 זײ זײַנען נישט אונטערטעניק געװאָרן ביז אױף הײַנטיקן טאָג, און זײ האָבן נישט מורא געהאַט, און זײַנען נישט געגאַנגען אין מײַן תּורה און אין מײַנע געזעצן װאָס איך האָב געלײגט פֿאַר אײַך און פֿאַר אײַערע עלטערן.
11 דערום האָט אַזױ געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל: זעט, איך קער מײַן פּנים אױף אײַך צום שלעכט, און צו פֿאַרשנײַדן גאַנץ יהוּדה. 12 און איך װעל נעמען דעם איבערבלײַב פֿון יהוּדה װאָס האָבן געקערט זײער פּנים צו קומען קײן לאַנד מִצרַיִם צו װױנען דאָרטן, און אַלע װעלן פֿאַרלענדט װערן; אין לאַנד מִצרַיִם װעלן זײ פֿאַלן; פֿון שװערד, פֿון הונגער, װעלן זײ פֿאַרלענדט װערן; פֿון קלײן ביז גרױס, פֿון שװערד און פֿון הונגער װעלן זײ שטאַרבן; און זײ װעלן זײַן פֿאַר אַ פֿלוך, און פֿאַר אַ שרעק, און פֿאַר אַ קללה, און פֿאַר אַ שאַנד. 13 און איך װעל זיך אָפּרעכענען מיט די װאָס זיצן אין לאַנד מִצרַיִם, װי איך האָב זיך אָפּגערעכנט מיט ירושָלַיִם, מיט שװערד, מיט הונגער, און מיט פּעסט. 14 און פֿון דעם רעשט פֿון יהוּדה װאָס קומען קײן לאַנד מִצרַיִם צו װױנען דאָרטן, װעט נישט זײַן אַ געבליבענער אָדער אַנטרונענער זיך אומצוקערן קײן לאַנד יהוּדה, װאָס זײער האַרץ ציט זײ זיך װידער צו באַזעצן דאָרטן; װאָרעם זײ װעלן זיך נישט אומקערן, צו מאָל װי אַנטרונענע.
15 האָבן געענטפֿערט יִרמיָהון אַלע מענער װאָס האָבן געװוּסט אַז זײער װײַבער רײכערן צו פֿרעמדע ג‑טער, און אַלע װײַבער װאָס זײַנען געשטאַנען אַרום, אַ גרױס געזעמל, און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס זײַנען געזעסן אין לאַנד מִצרַיִם, אין פַּתרוֹס, אַזױ צו זאָגן: 16 דאָס װאָרט װאָס דו האָסט גערעדט צו אונדז אין נאָמען פֿון ה׳, הערן מיר דיר נישט צו. 17 נײַערט טאָן װעלן מיר טאָן איטלעך װאָרט װאָס איז אַרױס פֿון אונדזער מױל, צו רײכערן צו דער מלכּה פֿון הימל, און גיסן צו איר גיסאָפּפֿער, אַזױ װי מיר האָבן געטאָן, מיר און אונדזערע עלטערן, אונדזערע מלכים און אונדזערע האַרן, אין די שטעט פֿון יהוּדה, און אין די גאַסן פֿון ירושָלַיִם; און מיר האָבן געהאַט ברױט צו זאַט, און אונדז איז געװען גוט, און שלעכטס האָבן מיר נישט אָנגעזען. 18 און פֿון זינט מיר האָבן אױפֿגעהערט רײכערן צו דער מלכּה פֿון הימל, און גיסן צו איר גיסאָפּפֿער, זײַנען מיר געמינערט פֿון אַלץ, און פֿון שװערד און פֿון הונגער װערן מיר פֿאַרלענדט. 19 און אַז מיר האָבן גערײכערט צו דער מלכּה פֿון הימל, און געגאָסן צו איר גיסאָפּפֿער, האָבן מיר דען אָן אונדזערע מאַנען איר געמאַכט קוכנס אין איר געשטאַלט, און געגאָסן צו איר גיסאָפּפֿער?
20 האָט יִרמיָהו געזאָגט צום גאַנצן פֿאָלק – צו די מענער און צו די װײַבער צו דעם גאַנצן פֿאָלק װאָס האָבן אים געגעבן אַן ענטפֿער – אַזױ צו זאָגן: 21 פֿאַר װאָר, די רײכערונג װאָס איר האָט גערײכערט אין די שטעט פֿון יהוּדה, און אין די גאַסן פֿון ירושָלַיִם, איר און אײַערע עלטערן, אײַערע מלכים און אײַערע האַרן, און דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד, דעראָן האָט ה׳ געדאַכט, און עס איז אים אַרױפֿגעקומען אױפֿן זינען; 22 און ה׳ האָט מער נישט געקענט פֿאַרטראָגן, פֿון װעגן אײַערע בײזע מעשׂים, פֿון װעגן די אומװערדיקײטן װאָס איר האָט געטאָן, און אײַער לאַנד איז געװאָרן פֿאַר אַ װיסטעניש, און פֿאַר אַ שרעק, און פֿאַר אַ קללה, אָן אַ באַװױנער, אַזױ װי הײַנטיקן טאָג. 23 װײַל איר האָט גערײכערט, און װײַל איר האָט געזינדיקט צו ה׳, און האָט נישט צוגעהערט צו דעם קֹול פֿון ה׳, און אין זײַן תּורה און אין זײַנע געזעצן און אין זײַנע צײגנים זײַט איר נישט געגאַנגען, דערום האָט אײַך געטראָפֿן דאָס דאָזיקע בײז, אַזױ װי הײַנטיקן טאָג.
24 און יִרמיָהו האָט געזאָגט צום גאַנצן פֿאָלק, און צו אַלע װײַבער: הערט דאָס װאָרט פֿון ה׳, איר גאַנץ יהוּדה װאָס אין לאַנד מִצרַיִם. 25 אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן: איר און אײַערע װײַבער האָט אי גערעדט מיט אײַער מױל, אי מיט אײַערע הענט דערפֿילט, אַזױ צו זאָגן: טאָן װעלן מיר טאָן אונדזערע נדרים װאָס מיר האָבן אַ נדר געטאָן, צו רײכערן צו דער מלכּה פֿון הימל, און צו גיסן צו איר גיסאָפּפֿער; מקײם מוזט איר מקײם זײַן אײַערע נדרים, און טאָן מוזט איר טאָן אײַערע נדרים! 26 דערום הערט דאָס װאָרט פֿון ה׳, איר גאַנץ יהוּדה װאָס זיצט אין לאַנד מִצרַיִם, אָט שװער איך בײַ מײַן גרױסן נאָמען, זאָגט ה׳, אױב מײַן נאָמען װעט מער גערופֿן װערן פֿון דעם מױל פֿון אַ שום מענטשן פֿון יהוּדה אין גאַנצן לאַנד מִצרַיִם, װאָס זאָל זאָגן: אַזױ װי אֲדֹנָי ה׳ לעבט! 27 זע, איך פּאַס-אױף אױף זײ צום בײזן און נישט צום גוטן; און אומקומען װעלן אַלע מענער פֿון יהוּדה װאָס אין לאַנד מִצרַיִם פֿון שװערד און פֿון הונגער, ביז זײ װעלן פֿאַרלענדט װערן. 28 און אַנטרונענע פֿון שװערד װעלן זיך אומקערן פֿון לאַנד מִצרַיִם קײן לאַנד יהוּדה, געצײלטע מענטשן; און װיסן װעט דער גאַנצער איבערבלײַב פֿון יהוּדה װאָס זײַנען געקומען קײן לאַנד מִצרַיִם צו װױנען דאָרטן, װעמעס װאָרט װעט מקײם װערן, מײַנס אָדער זײערס. 29 און דאָס איז אײַך אַ צײכן, זאָגט ה׳, אַז איך רעכן זיך אָפּ מיט אײַך אין דעם דאָזיקן אָרט, כּדי איר זאָלט װיסן אַז מקײם װעלן מקײם װערן מײַנע װערטער אױף אײַך צום בײזן; 30 אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: זע, איך גיב איבער פַּרעה חָפֿרַע דעם מלך פֿון מִצרַיִם אין דער האַנט פֿון זײַנע פֿײַנט, און אין דער האַנט פֿון די װאָס זוכן זײַן לעבן, װי איך האָב איבערגעגעבן צִדקִיָהו דעם מלך פֿון יהוּדה אין דער האַנט פֿון נבֿוכַדרֶאצַר דעם מלך פֿון בָבֿל, זײַן פֿײַנט און דער װאָס האָט געזוכט זײַן לעבן.