Publicidade

Jeremias 9

1 װער גיט מיר אין מדבר

אַ האַרבעריק פֿאַר װאַנדערער,

איך װאָלט פֿאַרלאָזן מײַן פֿאָלק,

און אַװעקגײן פֿון זײ!

װאָרעם אַלע זײַנען זײ נואפֿים,

אַ געזעמל פֿון פֿעלשער.

2 און זײ שפּאַנען זײער צונג – זײער בױגן פֿון ליגן,

און נישט פֿאַר אמת זײַנען זײ שטאַרק אין לאַנד;

װאָרעם פֿון בײז צו בײז גײען זײ

און מיך קענען זײ נישט,

זאָגט ה׳.

3 היט אײַך איטלעכער פֿון זײַן חבֿר,

און אױף קײן ברודער זאָלט איר אײַך נישט פֿאַרזיכערן,

װאָרעם נאַרן נאַרט איטלעכער ברודער,

און איטלעכער חבֿר טרײַבט רכילות.

4 און אײנער דעם אַנדערן גענאַרן זײ,

און אמת זאָגן זײ נישט;

זײ האָבן אײַנגעװױנט זײער צונג זאָגן ליגן,

זײ מאַטערן זיך צו פֿאַרברעכן.

5 דײַן זיצן איז צװישן באַטרוג;

פֿון װעגן באַטרוג װילן זײ מיך נישט קענען,

זאָגט ה׳.

6 דערום האָט ה׳ צבָֿאוֹת אַזױ געזאָגט:

זע, איך לײַטער זײ, און װעל זײ פּרוּװן,

װאָרעם װי דען זאָל איך טאָן

פֿון װעגן דער טאָכטער מײַן פֿאָלק?

7 אַ פֿאַרשפּיצטע פֿײַל איז זײער צונג,

זי רעדט באַטרוג;

מיטן מױל רעדט מען שלום מיטן חבֿר,

און אין זיך מאַכט מען אַ לױערונג אױף אים.

8 זאָל איך דערפֿאַר זיך נישט אָפּרעכענען מיט זײ,

זאָגט ה׳;

זאָל אָן אַ פֿאָלק װי דאָס דאָזיקע

זיך נישט נוֹקם זײַן מײַן זעל?

9 װעגן די בערג װעל איך אױפֿהײבן אַ געװײן און יאָמער,

און װעגן די פֿיטערפּלעצער פֿון מדבר אַ קלאָג,

װאָרעם זײ זײַנען פֿאַרװיסט,

אַז קײן מענטש גײט נישט דורך,

און זײ הערן נישט קײן קֹול פֿון פֿיך;

פֿון אַ פֿױגל פֿון הימל ביז אַ בהמה

זײַנען אַנטלאָפֿן, אַװעק.

10 און איך װעל מאַכן ירושָלַיִם פֿאַר הױפֿנט,

אַ װױנונג פֿון שאַקאַלן,

און די שטעט פֿון יהוּדה װעל איך מאַכן אַ װיסטעניש,

אָן אַ באַװױנער.

11 װער איז דער קלוגער מאַן, ער זאָל דאָס פֿאַרשטײן? און דער װאָס ה׳ס מױל האָט צו אים גערעדט, ער זאָל דאָס זאָגן? פֿאַר װאָס איז אונטערגעגאַנגען דאָס לאַנד, פֿאַרװיסט װי אַ מדבר, אָן אַ דורכגײער? 12 און ה׳ האָט געזאָגט: פֿאַר װאָס זײ האָבן פֿאַרלאָזן מײַן תּורה, װאָס איך האָב געלײגט פֿאַר זײ, און זײ האָבן נישט צוגעהערט צו מײַן קֹול, און נישט געגאַנגען אין איר; 13 נײַערט געגאַנגען אין דער אײַנגעשפּאַרטקײט פֿון זײער האַרצן, און נאָך די בַעַל-געטער װאָס זײערע עלטערן האָבן זײ געלערנט. 14 דערום האָט אַזױ געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל: זע, איך מאַך זײ עסן, דאָס דאָזיקע פֿאָלק, װערמוט, און איך װעל זײ מאַכן טרינקען גיפֿטװאַסער. 15 און איך װעל זײ צעשפּרײטן צװישן די פֿעלקער, װאָס נישט זײ און נישט זײערע עלטערן האָבן געקענט, און איך װעל נאָכשיקן נאָך זײ די שװערד, ביז איך טו זײ פֿאַרלענדן.

16 אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת:

קוקט זיך אום, און רופֿט די קלאָגערינס, זײ זאָלן קומען,

און נאָך די קלוגע װײַבער שֵקט, זײ זאָלן קומען;

17 און זאָלן זײ אײַלן

און אױפֿהײבן אױף אונדז אַ יאָמער,

אַז אונדזערע אױגן זאָלן צעגײן אין טרערן,

און אונדזערע ברעמען זאָלן פֿליסן מיט װאַסער.

18 װאָרעם אַ יאָמער-קָול הערט זיך פֿון צִיוֹן:

װי זײַנען מיר פֿאַרװיסט געװאָרן!

מיר זײַנען פֿאַרשעמט ביז גאָר,

װײַל מיר האָבן פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד,

װײַל אַרױסגעװאָרפֿן האָבן אונדז אונדזערע װױנונגען.

19 װאָרעם הערט, איר װײַבער, דאָס װאָרט פֿון ה׳,

און לערנט אײַערע טעכטער אַ יאָמער,

און אײנע די אַנדערע אַ קלאָג.

20 װאָרעם דער טױט איז אַרױפֿגעגאַנגען אין אונדזערע פֿענצטער,

געקומען אין אונדזערע פּאַלאַצן,

צו פֿאַרשנײַדן אַ קינד פֿון דער גאַס,

בכוֹרים פֿון די מערק. –

21 רעד: אַזױ איז דער שפּרוך פֿון ה׳ –

און די טױטע לײַבער פֿון מענטשן װעלן פֿאַלן

װי מיסט אױף פֿרײַען פֿעלד,

און װי אַ הײַפֿל הינטערן שניטער,

װאָס קײנער קלײַבט נישט אױף.

22 אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: זאָל זיך נישט רימען דער חכם מיט זײַן חכמה, און זאָל זיך נישט רימען דער גיבור מיט זײַן גבֿורה; זאָל זיך נישט רימען דער עוֹשר מיט זײַן עשירות; 23 נאָר דערמיט זאָל זיך רימען דער װאָס רימט זיך, מיט פֿאַרשטײן און קענען מיך, אַז איך ה׳ טו חֶסֶד, רעכט, און גערעכטיקײט, אױף דער ערד; װײַל די דאָזיקע באַגער איך, זאָגט ה׳.

24 זע, טעג קומען, זאָגט ה׳, און איך װעל זיך רעכענען מיט אַלע באַשניטענע און אומבאַשניטענע: 25 מיט מִצרַיִם, און מיט יהוּדה, און מיט אֶדוֹם, און מיט די קינדער פֿון עַמוֹן, און מיט מוֹאָבֿ, און מיט אַלע װאָס מיט אָפּגעהאַקטע האָרעקן, װאָס װױנען אין מדבר; װאָרעם אַלע פֿעלקער זײַנען אומבאַשניטן, און דאָס גאַנצע הױז פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען אומבאַשניטן אין האַרצן.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-