1 װאָס דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו יִרמיָהו הנבֿיא אױף די פֿעלקער.
2 אױף מִצרַיִם: אױף דעם חיל פֿון פַּרעה-נכו דעם מלך פֿון מִצרַיִם, װאָס איז געװען בײַם טײַך פּרָת אין כַּרכּמיש, װאָס נבֿוכַדרֶאצַר דער מלך פֿון בָבֿל האָט געשלאָגן אין פֿירטן יאָר פֿון יהוֹיָקים דעם זון פֿון יֹאשִיָהון, דעם מלך פֿון יהוּדה.
3 ברײט אָן שילד און שֵלד,
און גענענט אױף מלחמה!
4 שפּאַנט די פֿערד,
און זעצט זיך אַרױף, איר רײַטער,
און שטעלט זיך אױס אין די קיװערס;
שלײַפֿט די שפּיזן,
טוט אָן די װאָפֿנקלײדער!
5 פֿאַר װאָס זע איך זײ דערשראָקענע אָפּטרעטן אַהינטער?
און זײערע גיבוֹרים װערן צעקלאַפּט,
און לױפֿן אין געלאַף, און קערן זיך נישט אום;
אַ שרעק רונד אַרום,
זאָגט ה׳.
6 דער פֿלינקער קען נישט אַנטלױפֿן,
און דער גיבור קען נישט אַנטרונען װערן;
אין צפֿון בײַם ברעג פֿון טײַך פּרָת
װערן זײ געשטרױכלט און פֿאַלן.
7 װער איז דער װאָס גײט אױף װי דער נילוס,
װאָס װי שטראָמען שטורעמען זײַנע װאַסער?
8 מִצרַיִם גײט אױף װי דער נילוס,
און װי שטראָמען שטורעמען די װאַסערן;
און ער זאָגט: איך װעל אױפֿגײן,
איך װעל באַדעקן די ערד,
איך װעל אונטערברענגען די שטאָט און די װױנער אין איר.
9 שפּרינגט אױף, איר פֿערד,
און װילדעװעט, איר רײַטװעגן,
און זאָלן אַרױסגײן די גיבוֹרים,
כּוּש און פּוּט װאָס האַלטן אַ שֵלד,
און די לודים װאָס האַלטן – שפּאַנען אַ בױגן.
10 און יענער טאָג װעט זײַן פֿאַר אֲדֹנָי ה׳ צבָֿאוֹת
אַ טאָג פֿון נקמה
זיך נוֹקם צו זײַן אָן זײַנע פֿײַנט;
און עסן װעט די שװערד און זיך זעטן,
און זיך אָנטרינקען מיט זײער בלוט;
װאָרעם אַ שלאַכטונג איז בײַ אֲדֹנָי ה׳ צבָֿאוֹת
אין צפֿון-לאַנד בײַם טײַך פּרָת.
11 גײ אַרױף קײן גִלעָד, און נעם באַלזאַם,
יונגפֿרױ טאָכטער מִצרַיִם;
אומזיסט האָסטו רפֿואות געמערט,
נישטאָ קײן גענעזונג פֿאַר דיר.
12 געהערט האָבן די פֿעלקער דײַן שאַנד,
און מיט דײַן געשרײ איז פֿול די ערד;
װאָרעם אַ גיבור אָן אַ גיבור האָט געשטרױכלט,
אין אײנעם געפֿאַלן זײַנען זײ בײדע.
13 דאָס װאָרט װאָס ה׳ האָט גערעדט צו יִרמיָהו הנבֿיא װעגן דעם קומען פֿון נבֿוכַדרֶאצַר דעם מלך פֿון בָבֿל צו שלאָגן מִצרַיִם:
14 זאָגט אָן אין מִצרַיִם, און מאַכט הערן אין מִגדוֹל,
און מאַכט הערן אין נוֹף און תַּחְפַּנְחֵס;
זאָגט: שטעל זיך און ברײט דיך אָן,
װאָרעם די שװערד פֿאַרצערט רונד אַרום דיר.
15 פֿאַר װאָס איז דײַן שטאַרקער אַנדערגעװאָרפֿן געװאָרן?
ער איז נישט באַשטאַנען,
װאָרעם ה׳ האָט אים געשטױסן.
16 ער האָט געמערט די געשטרױכלטע;
יאָ, אײנער אױפֿן אַנדערן זײַנען זײ געפֿאַלן,
און זײ האָבן געזאָגט: שטײט אױף,
און לאָמיר זיך אומקערן צו אונדזער פֿאָלק,
און צום לאַנד פֿון אונדזער געבורט,
פֿון װעגן דער שװערד װאָס פֿאַרטיליקט.
17 זײ האָבן דאָרטן גערופֿן:
פַּרעה דער מלך פֿון מִצרַיִם איז בלױז טומל;
ער האָט געלאָזט די צײַט אַריבערגײן.
18 אַזױ װי איך לעב, זאָגט דער קיניג –
ה׳ צבָֿאוֹת איז זײַן נאָמען,
אַז װי תָּבֿוֹר צװישן די בערג,
און װי כַּרמֶל בײַם ים, װעט ער קומען.
19 מאַך דיר װאַנדער-כּלים,
טאָכטער באַװוּמינערין פֿון מִצרַיִם;
װאָרעם נוֹף װעט צו װיסט װערן,
און חרובֿ זײַן אָן אַ באַװױנער.
20 אַ װוּנדערשײן קאַלב איז מִצרַיִם,
אָבער די שטעכפֿליג געקומען,
פֿון צפֿון איז געקומען.
21 אַפֿילו אירע געדונגענע קריגסלײַט אין איר
זײַנען װי קעלבער געשטאָפּטע,
װאָרעם זײ אױך האָבן זיך אומגעקערט,
זײ זײַנען אַנטלאָפֿן אין אײנעם,
זײ זײַנען נישט באַשטאַנען;
װאָרעם דער טאָג פֿון זײער בראָך איז געקומען אױף זײ,
די צײַט פֿון זײער רעכנשאַפֿט.
22 איר קֹול גײט װי פֿון אַ שלאַנג,
װאָרעם מיט חיל גײט מען,
און מיט העק קומט מען אױף איר,
אַזױ װי האָלטשעקער.
23 זײ האַקן אױס איר װאַלד,
זאָגט ה׳,
װי ער איז נישט צו דערפֿאָרשן;
װאָרעם מער װי הײשעריקן זײַנען זײ,
און נישטאָ קײן צאָל צו זײ.
24 געװאָרן צו שאַנד איז די טאָכטער מִצרַיִם,
געגעבן אין דער האַנט פֿון דעם פֿאָלק פֿון צפֿון.
25 געזאָגט האָט ה׳ צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל: זע, איך רעכן זיך אָפּ מיט אָמוֹן פֿון נוֹא, און מיט פַּרעהן, און מיט מִצרַיִם, און מיט אירע ג‑טער, און מיט אירע מלכים; אי מיט פַּרעה און מיט די װאָס פֿאַרזיכערן זיך אױף אים. 26 און איך װעל זײ געבן אין דער האַנט פֿון די װאָס זוכן זײער לעבן, און אין דער האַנט פֿון נבֿוכַדרֶאצַר דעם מלך פֿון בָבֿל, און אין דער האַנט פֿון זײַנע קנעכט; און דערנאָך װעט זי באַװױנט װערן, אַזױ װי אין די טעג פֿון אַ מאָל, זאָגט ה׳.
27 אָבער דו זאָלסט נישט מורא האָבן, מײַן קנעכט יעקבֿ,
און זאָלסט נישט אַנגסטן, יִשׂרָאֵל,
װאָרעם זע, איך העלף דיך פֿון דער װײַט,
און דײַן זאָמען פֿון לאַנד פֿון זײער געפֿאַנגענשאַפֿט;
יעקבֿ װעט זיך אומקערן און אין רו,
און זיך באַװיזן אין גרינגקײט,
און קײנער װעט אים נישט שרעקן.
28 דו זאָלסט נישט מורא האָבן, מײַן קנעכט יעקבֿ,
זאָגט ה׳,
װאָרעם איך בין מיט דיר.
װאָרעם איך װעל מאַכן אַ פֿאַרלענדונג פֿון אַלע פֿעלקער
װאָס איך האָב דיך פֿאַרשטױסן אַהין,
אָבער פֿון דיר װעל איך קײן פֿאַרלענדונג נישט מאַכן;
און איך װעל דיך שטראָפֿן לױט גערעכטיקײט,
אָבער פֿאַרטיליקן װעל איך דיך נישט פֿאַרטיליקן.