1 און עס איז געװען אין זיבעטן חודש, איז געקומען יִשמָעֵאל דער זון פֿון נתַניָה דעם זון פֿון אֶלישָמָען פֿון קיניגלעכן אָפּשטאַם, און די גרױסע לײַט פֿון דעם מלך, און צען מאַן מיט אים, צו גדַליָהו דעם זון פֿון אַחיקָמען קײן מִצפָּה, און זײ האָבן דאָרטן געגעסן ברױט אין אײנעם אין מִצפָּה. 2 איז אױפֿגעשטאַנען יִשמָעֵאל דער זון פֿון נתַניָהן, און די צען מאַן װאָס מיט אים, און זײ האָבן געשלאָגן גדַליָהו דעם זון פֿון אַחיקָם דעם זון פֿון שָפָֿנען מיטן שװערד; און ער האָט אים געטײט – דעם װאָס דער מלך פֿון בָבֿל האָט אױפֿגעזעצט איבערן לאַנד. 3 אױך אַלע ייִדן װאָס זײַנען געװען מיט אים, מיט גדַליָהון, אין מִצפָּה, און די כַּשׂדים װאָס האָבן זיך דאָרטן געפֿונען, די מלחמה-לײַט, האָט יִשמָעֵאל דערשלאָגן.
4 און עס איז געװען אױפֿן צװײטן טאָג נאָכן טײטן גדַליָהון, װען קײן מענטש האָט נאָך נישט געװוּסט, 5 זײַנען אָנגעקומען מענטש פֿון שכֶם, פֿון שילוֹ, און פֿון שוֹמרוֹן, אַכציק מאַן מיט אָפּגעגאָלטע בערד, און צעריסענע קלײדער און שניטן אױפֿן לײַב; מיט שפּײַזאָפּפֿער און װײַרעך אין זײער האַנט, אױף צו ברענגען אין הױז פֿון ה׳. 6 איז אַרױסגעגאַנגען יִשמָעֵאל דער זון פֿון נתַניָהן זײ אַנטקעגן פֿון מִצפָּה, געגאַנגען און גײענדיק געװײנט; און עס איז געװען, װי ער האָט זײ באַגעגענט, אַזױ האָט ער צו זײ געזאָגט: קומט צו גדַליָהו דעם זון פֿון אַחיקָמען. 7 איז, װי זײ זײַנען אַרײַנגעקומען אין מיטן שטאָט, אַזױ האָט יִשמָעֵאל דער זון פֿון נתַניָהן זײ געשאָכטן אין דער גרוב אַרײַן, ער און די מענטשן װאָס מיט אים. 8 און צען מאַן האָבן זיך געפֿונען צװישן זײ, װאָס האָבן געזאָגט צו יִשמָעֵאלן: טײט אונדז נישט װאָרעם מיר האָבן, באַהאַלטן אין פֿעלד, װײץ און גערשטן און אײל און האָניק. האָט ער זיך אָפּגעהאַלטן, און האָט זײ נישט געטײט צװישן זײערע ברידער.
9 און די גרוב װאָס יִשמָעֵאל האָט אַהין אַרײַנגעװאָרפֿן די טױטע לײַבער פֿון די מענטשן װאָס ער האָט דערשלאָגן צוליב גדַליָהון, דאָס איז געװען די װאָס דער מלך אָסאָ האָט געמאַכט אױס מורא פֿאַר בַעְשָא דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל; זי האָט יִשמָעֵאל דער זון פֿון נתַניָהון אָנגעפֿילט מיט דערשלאָגענע. 10 און יִשמָעֵאל האָט געפֿאַנגען דעם גאַנצן איבערבלײַב פֿון פֿאָלק װאָס אין מִצפָּה, די טעכטער פֿון מלך, און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס זײַנען געבליבן אין מִצפָּה, װאָס נבֿוזַרְאַדָן דעם הױפּט פֿון דעם לײַב-חיל האָט געלאָזן אונטער גדַליָהו דעם זון פֿון אַחיקָמען; האָט זײ יִשמָעֵאל דער זון פֿון נתַניָהן געפֿאַנגען, און ער איז אַװעק אַריבערצוגײן צו די קינדער פֿון עַמוֹן.
11 האָט געהערט יוֹחָנָן דער זון פֿון קָרֵחַן, און אַלע הױפּטלײַט פֿון חיל װאָס מיט אים, דאָס גאַנצע בײז װאָס יִשמָעֵאל דער זון פֿון נתַניָהן האָט אָפּגעטאָן. 12 און זײ האָבן גענומען אַלע מענער, און זײַנען געגאַנגען מלחמה האַלטן מיט יִשמָעֵאל דעם זון פֿון נתַניָהן, און האָבן אים געפֿונען בײַם גרױסן װאַסער װאָס אין גִבֿעוֹן. 13 און עס איז געװען, װי דאָס גאַנצע פֿאָלק מיט יִשמָעֵאלן האָבן דערזען יוֹחָנָן דעם זון פֿון קָרֵחַן, און אַלע הױפּטלײַט פֿון חיל מיט אים, אַזױ האָבן זײ זיך דערפֿרײט. 14 און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס יִשמָעֵאל האָט גענומען געפֿאַנגען פֿון מִצפָּה, האָבן זיך אױסגעדרײט און זיך אומגעקערט, און זײַנען אַװעקגעגאַנגען צו יוֹחָנָן דעם זון פֿון קָרֵחַן. 15 און יִשמָעֵאל דער זון פֿון נתַניָהן איז אַנטרונען געװאָרן פֿון יוֹחָנָנען, מיט אַכט מאַן, און איז אַװעק צו די קינדער פֿון עַמוֹן.
16 און יוֹחָנָן דער זון פֿון קָרֵחַן, און אַלע הױפּטלײַט פֿון חיל װאָס מיט אים, האָבן גענומען דעם גאַנצן איבערבלײַב פֿון דעם פֿאָלק װאָס ער האָט אומגעקערט פֿון יִשמָעֵאל דעם זון פֿון נתַניָהן, פֿון מִצפָּה, נאָכדעם װי יענער האָט דערשלאָגן גדַליָה דעם זון פֿון אַחיקָמען – די מענער די מלחמה-לײַט, און די װײַבער, און די קינדער, און די הױפֿדינער, װאָס ער האָט אומגעקערט פֿון גִבֿעוֹן; 17 און זײ זײַנען געגאַנגען, און זײַנען געזעסן אין גרות-כּמהם װאָס בײַ בֵית-לֶחֶם, כּדי צו גײן קומען קײן מִצרַיִם. 18 פֿון װעגן די כַּשׂדים: װאָרעם זײ האָבן מורא געהאַט פֿאַר זײ, װײַל יִשמָעֵאל דער זון פֿון נתַניָהן האָט דערשלאָגן גדַליָהו דעם זון פֿון אַחיקָמען, װאָס דער מלך פֿון בָבֿל האָט אױפֿגעזעצט איבערן לאַנד.