Publicidade

Jeremias 38

1 און שפֿטיָה דער זון פֿון מַתָּנען, און גדַליָהו דער זון פֿון פַּשחורן, און יוכַל דער זון פֿון שֶלֶמיָהון, און פַּשחור דער זון פֿון מַלכִּיָהן, האָבן געהערט די װערטער װאָס יִרמיָהו האָט גערעדט צום גאַנצן פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: 2 אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: דער װאָס בלײַבט זיצן אין דער דאָזיקער שטאָט װעט שטאַרבן פֿון דער שװערד, פֿון דעם הונגער, און פֿון דער פּעסט, און דער װאָס גײט אַרױס צו די כַּשׂדים, װעט בלײַבן לעבן; זײַן נפֿש װעט אים זײַן צום געװינס, און ער װעט בלײַבן לעבן. 3 אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: איבערגעגעבן װעט איבערגעגעבן װערן די דאָזיקע שטאָט אין דער האַנט פֿון דעם חיל פֿון דעם מלך פֿון בָבֿל, און ער װעט זי באַצװינגען. 4 האָבן די האַרן געזאָגט צום מלך: זאָל געטײט װערן, איך בעט דיך, דער דאָזיקער מאַן, װאָרעם ער שלאַפֿט דאָך אָפּ די הענט פֿון די המלחמהלײַט װאָס זײַנען איבערגעבליבן אין דער דאָזיקער שטאָט, און די הענט פֿון דעם גאַנצן פֿאָלק, אַז דער רעדט צו זײ אַזױ װי די דאָזיקע רײד; װאָרעם דער דאָזיקער מאַן זוכט נישט פֿריד פֿאַר דעם דאָזיקן פֿאָלק נאָר בלױז אַ רעה. 5 האָט דער מלך צִדקִיָהו געזאָגט: אָט איז ער אין אײַער האַנט; װאָרעם דער מלך קען מיט אײַך גאָרנישט אױספֿירן. 6 האָבן זײ גענומען יִרמיָהון, און האָבן אים אַרײַנגעװאָרפֿן אין דער גרוב פֿון מַלכִּיָהו דעם זון פֿון מלך, װאָס אין הױף פֿון דער װאַך; און זײ האָבן אַראָפּגעלאָזט יִרמיָהון מיט שטריק. און אין דער גרוב איז קײן װאַסער נישט געװען, נאָר בלױז לײם; און יִרמיָהו איז אַרײַנגעזונקען אין דעם לײם.

7 האָט געהערט עֶבֶד-מֶלֶך דער כּוּשי, אַ מאַן אַ הױפֿדינער װאָס איז געװען אין הױז פֿון מלך, אַז מע האָט יִרמיָהון אַרײַנגעטאָן אין דער גרוב; און דער מלך איז געזעסן אין טױער פֿון בנימין. 8 איז עֶבֶד-מֶלֶך אַרױסגעגאַנגען פֿון מלכס הױז, און האָט גערעדט צום מלך, אַזױ צו זאָגן: 9 מײַן האַר מלך, שלעכט באַגאַנגען האָבן זיך די דאָזיקע לײַט מיט אַלץ װאָס זײ האָבן געטאָן צו יִרמיָהו הנבֿיא, װאָס זײ האָבן אים אַרײַנגעװאָרפֿן אין גרוב; און ער שטאַרבט אױף זײַן אָרט פֿאַר הונגער; װאָרעם נישטאָ קײן ברױט מער אין שטאָט. 10 האָט דער מלך באַפֿױלן עֶבֶד-מֶלֶך דעם כּוּשי, אַזױ צו זאָגן: נעם מיט דיר פֿון דאַנען דרײַסיק מאַן, און זאָלסט אַרױפֿברענגען יִרמיָהו הנבֿיאן פֿון דער גרוב אײדער ער װעט שטאַרבן. 11 האָט עֶבֶד-מֶלֶך גענומען די מענטשן מיט זיך, און ער איז געקומען אין הױז פֿון מלך אונטער דער שאַצקאַמער, און האָט פֿון דאָרטן גענומען אַלטע קאָדערס און אַלטע שמאַטעס, און ער האָט זײ אַראָפּגעלאָזט צו יִרמיָהון אין גרוב מיט שטריק. 12 און עֶבֶד-מֶלֶך דער כּוּשי האָט געזאָגט צו יִרמיָהון: טו, איך בעט דיך, די אַלטע קאָדרעס און די שמאַטעס אונטער דײַנע אָרעמס אונטער די שטריק. און יִרמיָהו האָט אַזױ געטאָן. 13 און זײ האָבן געצױגן יִרמיָהון מיט שטריק, און האָבן אים אַרױפֿגעבראַכט פֿון דער גרוב. און יִרמיָהו איז געזעסן אין הױף פֿון דער װאַך.

14 האָט דער מלך צִדקִיָהו געשיקט און גענומען יִרמיָהו הנבֿיאן צו זיך, צום דריטן אײַנגאַנג װאָס אין הױז פֿון ה׳; און דער מלך האָט געזאָגט צו יִרמיָהון: איך װעל דיך פֿרעגן אַ זאַך; זאָלסט נישט פֿאַרלײקענען פֿון מיר אַ װאָרט. 15 האָט יִרמיָהו געזאָגט צו צִדקִיָהון: אַז איך װעל דיר זאָגן װעסטו דאָך טײטן מיך טײטן, און אַז איך װעל דיר געבן אַן עטש, װעסטו נישט צוהערן צו מיר. 16 האָט דער מלך צִדקִיָהו געשװאָרן יִרמיָהון אין פֿאַרבאָרגעניש, אַזױ צו זאָגן: אַזױ װי עס לעבט ה׳ װאָס האָט אונדז באַשאַפֿן די דאָזיקע זעל, אױב איך װעל דיך טײטן, און אױב איך װעל דיך איבערגעבן אין דער האַנט פֿון די דאָזיקע לײַט װאָס זוכן דײַן לעבן!

17 האָט יִרמיָהו געזאָגט צו צִדקִיָהון: אַזױ האָט געזאָגט ה׳ אלוקי צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל: אױב אַרױסגײן װעסטו אַרױסגײן צו די האַרן פֿון דעם מלך פֿון בָבֿל, װעט דײַן נפֿש בלײַבן לעבן, און די דאָזיקע שטאָט װעט נישט פֿאַרברענט װערן אין פֿײַער; אי דו װעסט בלײַבן לעבן, אי דײַן הױזגעזינט. 18 אױב אָבער װעסט נישט אַרױסגײן צו די האַרן פֿון דעם מלך פֿון בָבֿל, װעט די דאָזיקע שטאָט איבערגעגעבן װערן אין דער האַנט פֿון די כַּשׂדים, און זײ װעלן זי פֿאַרברענען אין פֿײַער, און דו װעסט נישט אַנטרונען װערן פֿון זײער האַנט. 19 האָט דער מלך צִדקִיָהו געזאָגט צו יִרמיָהון: איך האָב מורא פֿאַר די ייִדן װאָס זײַנען צוגעפֿאַלן צו די כַּשׂדים, מע זאָל מיך נישט איבערגעבן אין זײער האַנט, און זײ װעלן זיך אָנטאָן אָן מיר. 20 האָט יִרמיָהו געזאָגט: מע װעט דיך נישט איבערגעבן. הער צו, איך בעט דיך, צו דעם קֹול פֿון ה׳ אין װאָס איך רעד צו דיר, און עס װעט זײַן גוט פֿאַר דיר, און דײַן נפֿש װעט בלײַבן לעבן. 21 אױב אָבער דו װילסט נישט אַרױסגײן, איז דאָס דאָס װאָרט װאָס ה׳ האָט מיר געװיזן: 22 ערשט אַלע װײַבער װאָס זײַנען געבליבן אין הױז פֿון דעם מלך פֿון יהוּדה, װערן אַרױסגעפֿירט צו די האַרן פֿון דעם מלך פֿון בָבֿל, און זײ זאָגן:

דיך אײַנגערעדט און דיך בײַגעקומען

האָבן די גוטע פֿרײַנט דײַנע;

אײַנגעזונקען אין אַ זומפּ זײַנען דײַנע פֿיס –

זײַנען זײ אָפּגעטרעטן אַהינטער.

23 און אַלע דײַנע װײַבער און דײַנע קינדער פֿירט מען אַרױס צו די כַּשׂדים, און דו װעסט נישט אַנטרונען װערן פֿון זײער האַנט, נײַערט אין דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון בָבֿל װעסטו געכאַפּט װערן, און װעסט מאַכן פֿאַרברענען די דאָזיקע שטאָט אין פֿײַער.

24 האָט צִדקִיָהו געזאָגט צו יִרמיָהון: זאָל קײן מענטש נישט װיסן פֿון די דאָזיקע װערטער, און װעסט נישט שטאַרבן. 25 און אַז די האַרן װעלן הערן אַז איך האָב גערעדט מיט דיר, און זײ װעלן קומען צו דיר און זאָגן צו דיר: זאָג אונדז אַקאָרשט, װאָס האָסטו גערעדט צום מלך; זאָלסט נישט פֿאַרלײקענען פֿון אונדז און מיר װעלן דיך נישט טײטן; און װאָס האָט גערעדט צו דיר דער מלך? 26 זאָלסטו זאָגן צו זײ: איך האָב געלאָזט פֿאַלן מײַן געבעט פֿאַרן מלך, מיך נישט אומצוקערן אין יהוֹנָתָנס הױז, צו שטאַרבן דאָרטן. 27 זײַנען געקומען אַלע האַרן צו יִרמיָהון, און האָבן אים געפֿרעגט, און ער האָט זײ געזאָגט אַזױ װי אַלע די דאָזיקע װערטער װאָס דער מלך האָט באַפֿױלן, און זײ האָבן אים צו רו געלאָזט, װאָרעם דאָס גערײד איז נישט געהערט געװאָרן. 28 און יִרמיָהו איז געזעסן אין הױף פֿון דער װאַך ביז דעם טאָג װאָס ירושָלַיִם איז באַצװוּנגען געװאָרן. און ער איז דאָרט געװען װען ירושָלַיִם איז באַצװוּנגען געװאָרן.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-