Publicidade

Jeremias 47

1 װאָס דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו יִרמיָהו הנבֿיא אױף די פּלִשתּים, אײדער פַּרעה האָט געשלאָגן עַזָה.

2 אַזױ האָט ה׳ געזאָגט:

זע, װאַסערן גײען אױף פֿון צפֿון,

און װעלן װערן אַ פֿלײציקער טײַך,

און פֿאַרפֿלײצן דאָס לאַנד און איר פֿולקײט,

די שטאָט און די װױנער אין איר;

און שרײַען װעלן די מענטשן,

און יאָמערן װעלן אַלע װױנער פֿון לאַנד.

3 איבער דעם טריטגעפּלידער פֿון די קלױען פֿון זײַנע אָגערס,

איבער דעם רַעַש פֿון זײַנע רײַטװעגן,

דעם טומל פֿון זײַנע רעדער,

קערן זיך עלטערן נישט צו קינדער,

פֿון אָפּהענטיקײט.

4 פֿון װעגן דעם טאָג װאָס קומט

צו פֿאַרװיסטן אַלע פּלִשתּים,

צו פֿאַרשנײַדן פֿון צוֹר און פֿון צידון

איטלעך געבליבענעם העלפֿער;

װאָרעם ה׳ טוט פֿאַרװיסטן די פּלִשתּים,

דעם רעשט פֿון אינדזל כַּפֿתּוֹר.

5 געקומען איז אַ פּליכעניש אױף עַזָה

פֿאַרשניטן געװאָרן איז אַשקלוֹן,

דער רעשט פֿון זײער טאָל.

ביז װאַנען װעסטו זיך דעם לײַב שנײַדן?

6 װײ, דו שװערד פֿון ה׳,

ביז װי לאַנג נאָך װעסטו נישט רוען?

װער אײַנגעטאָן אין דײַן שײד,

באַרו זיך און װער שטיל.

7 װי קענסטו זײַן רואיק?

אַז ה׳ האָט איר באַפֿױלן;

אױף אַשקלוֹן און אױפֿן באָרטן פֿון אים,

אַהין האָט ער זי באַשערט.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-