Publicidade

Ezequiel 25

1 און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 2 מענטשנקינד, טו דײַן פּנים צו די קינדער פֿון עַמוֹן, און זאָג נבֿיאות אױף זײ. 3 און זאָלסט זאָגן צו די קינדער פֿון עַמוֹן: הערט דאָס װאָרט פֿון אֲדֹנָי ה׳: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: װײַל דו האָסט געזאָגט אַהאַ! אױף מײַן מִקדָש, װאָס עס איז פֿאַרשװעכט געװאָרן, און אױף דער ערד פֿון יִשׂרָאֵל, װאָס זי איז פֿאַרװיסט געװאָרן, און אױף דעם הױז פֿון יהוּדה, װאָס זײ זײַנען אין גלות אַװעק, 4 דערום זע, איך גיב דיך צו די קינדער פֿון מזרח פֿאַר אַ ירושה, און זײ װעלן באַזעצן זײערע לאַגערדערפֿער אין דיר, און מאַכן אין דיר זײערע װױנונגען; זײ װעלן עסן דײַן פֿרוכט, און זײ װעלן טרינקען דײַן מילך. 5 און איך װעל מאַכן רַבָה פֿאַר אַ פֿיטערפּלאַץ פֿון קעמלען, און די קינדער פֿון עַמוֹן פֿאַר אַ הױעראָרט פֿון שאָף; און איר װעט װיסן אַז איך בין ה׳. 6 װאָרעם אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: װײַל דו האָסט געפּאַטשט מיט דער האַנט, און געקלאַפּט מיטן פֿוס, און זיך געפֿרײט אין אַל דײַן פֿאַראַכטונג פֿון דער זעל, װעגן דער ערד פֿון יִשׂרָאֵל, 7 דערום זע, איך האָב אױסגעשטרעקט מײַן האַנט אױף דיר, און איך װעל דיך מאַכן צו רױב פֿאַר די פֿעלקער, און װעל דיך פֿאַרשנײַדן פֿון די אומות, און װעל דיך אונטערברענגען פֿון די לענדער; איך װעל דיך פֿאַרטיליקן, און װעסט װיסן אַז איך בין ה׳.

8 אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: װײַל מוֹאָבֿ און שֵׂעִיר האָבן געזאָגט: זע, אַזױ װי אַלע פֿעלקער איז דאָס הױז פֿון יהוּדה, 9 דערום זע, איך עפֿן דעם רוקן פֿון מוֹאָבֿ פֿון די שטעט, פֿון זײַנע שטעט בײַ זײַן עק, דאָס שײנע לאַנד בֵית-ישימוֹת, בַעַל-מְעוֹן, און קִריָתַיִם, 10 אין אײנעם מיט די קינדער פֿון עַמוֹן – פֿאַר די קינדער פֿון מזרח, און איך װעל עס זײ געבן פֿאַר אַ ירושה, כּדי די קינדער פֿון עַמוֹן זאָלן מער נישט געדאַכט װערן צװישן די פֿעלקער. 11 און איך װעל טאָן אַ משפּט אױף מוֹאָבֿ, און זײ װעלן װיסן אַז איך בין ה׳.

12 אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: װײַל אֶדוֹם איז זיך באַגאַנגען מיט נקמה-נעמונג אַקעגן דעם הױז פֿון יהוּדה, און זײ האָבן זיך שולדיק פֿאַרשולדיקט, און זיך נוקם געװען אָן זײ, 13 דערום האָט אֲדֹנָי ה׳ אַזױ געזאָגט: איך װעל אױסשטרעקן מײַן האַנט אױף אֶדוֹם, און װעל פֿאַרשנײַדן פֿון איר מענטשן און בהמות, און װעל זי מאַכן אַ װיסטעניש פֿון תֵּימָן ביז דדָן; דורכן שװערד װעלן זײ פֿאַלן. 14 און איך װעל ברענגען מײַן נקמה אױף אֶדוֹם דורך דער האַנט פֿון מײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל, און זײ װעלן טאָן צו אֶדוֹם לױט מײַן כּעס און לױט מײַן גרימצאָרן; און זײ װעלן שפּירן מײַן נקמה, זאָגט אֲדֹנָי ה׳.

15 אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: װײַל די פּלִשתּים זײַנען זיך באַגאַנגען מיט נקמה, און האָבן נקמה גענומען מיט פֿאַראַכטונג פֿון דער זעל, אומצוברענגען, פֿון אײביקער שׂינאה, 16 דערום האָט אֲדֹנָי ה׳ אַזױ געזאָגט: זע, איך שטרעק אױס מײַן האַנט אױף די פּלִשתּים, און װעל פֿאַרשנײַדן די כּרֵתים, און װעל אונטערברענגען דעם איבערבלײַב פֿון דעם באָרטן פֿון ים. 17 און איך װעל טאָן אױף זײ גרױסע נקמות מיט שטראָפֿן פֿון גרימצאָרן; און זײ װעלן װיסן אַז איך בין ה׳, װען איך ברענג מײַן נקמה אױף זײ.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-