1 און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 2 מענטשנקינד, רעד צו די קינדער פֿון דײַן פֿאָלק, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַז איך ברענג אַ שװערד אױף אַ לאַנד, און דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד נעמט אַ מאַן פֿון צװישן זיך, און זײ מאַכן אים פֿאַר זײער װעכטער, 3 און ער זעט די שװערד קומען אױפֿן לאַנד, און ער בלאָזט אין שופֿר, און װאָרנט דאָס פֿאָלק, 4 און דער הערער הערט דעם קֹול פֿון שופֿר, און ער לאָזט זיך נישט װאָרענען, און די שװערד קומט, און נעמט אים צו, װעט זײַן בלוט זײַן אױף זײַן קאָפּ. 5 דעם קֹול פֿון שופֿר האָט ער געהערט, און ער לאָזט זיך נישט װאָרענען, װעט זײַן בלוט זײַן אױף אים; װאָרעם אַז ער לאָזט זיך װאָרענען, װאָלט ער זײַן נפֿש געראַטעװעט. 6 אָבער אַז דער װעכטער זעט די שװערד קומען, און ער בלאָזט נישט אין שופֿר, און פֿאָלק װערט נישט געװאָרנט, און די שװערד קומט, און נעמט צו פֿון זײ אַ נפֿש, איז ער צוגענומען געװאָרן פֿאַר זײַנע זינד, אָבער זײַן בלוט װעל איך מאָנען פֿון דעם װעכטערס האַנט.
7 און דו מענטשנקינד, אַ װעכטער האָב איך דיך געמאַכט פֿאַר דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל, אַז װען דו װעסט הערן פֿון מײַן מױל אַ װאָרט, זאָלסטו זײ װאָרענען פֿון מיר. 8 אַז איך זאָג צו דעם שלעכטן: דו שלעכטער, שטאַרבן מוזטו שטאַרבן; און דו האָסט נישט גערעדט צו װאָרענען דעם שלעכטן פֿון זײַן װעג, װעט ער, דער שלעכטער, שטאַרבן פֿאַר זײַנע זינד, און זײַן בלוט װעל איך פֿון דײַן האַנט מאָנען. 9 אָבער אַז דו האָסט געװאָרנט דעם שלעכטן פֿון זײַן װעג, זיך אומצוקערן פֿון אים, און ער האָט זיך נישט אומגעקערט פֿון זײַן װעג, װעט ער שטאַרבן פֿאַר זײַנע זינד, און דו האָסט דײַן נפֿש מציל געװען.
10 און דו מענטשנקינד, זאָג צו דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל: איר זאָגט, אַזױ צו זאָגן: פֿאַר װאָר, אונדזערע פֿאַרברעכן און אונדזערע זינד זײַנען אױף אונדז, און דורך זײ גײען מיר אײַן, און װי קענען מיר לעבן? 11 זאָג צו זײ: אַזױ װי איך לעב, זאָגט אֲדֹנָי ה׳, אױב איך באַגער דעם טױט פֿון דעם שלעכטן, נײַערט אַז דער שלעכטער זאָל זיך אומקערן פֿון זײַן װעג, און לעבן! קערט אײַך אום, קערט אײַך אום פֿון אײַערע שלעכטע װעגן; און נאָך װאָס זאָלט איר שטאַרבן, הױז פֿון יִשׂרָאֵל?
12 און דו מענטשנקינד, זאָג צו די קינדער פֿון דײַן פֿאָלק: די גערעכטיקײט פֿון דעם גערעכטן װעט אים נישט מציל זײַן אין טאָג פֿון זײַן פֿאַרברעך, און די שלעכטיקײט פֿון דעם שלעכטן, דורך איר װעט ער נישט געשטרױכלט װערן אין דעם טאָג װאָס ער קערט זיך אום פֿון זײַן שלעכטיקײט; און דער װאָס איז אַ גערעכטער, קען דערפֿאַר נישט בלײַבן לעבן אין דעם טאָג װאָס ער זינדיקט. 13 אַז איך זאָג אױף דעם גערעכטן: לעבן װעט ער לעבן, און ער פֿאַרזיכערט זיך אױף זײַן גערעכטיקײט, און טוט אומרעכט, װעלן אַלע זײַנע גערעכטיקײטן נישט דערמאָנט װערן, און פֿאַר זײַן אומרעכט װאָס ער האָט געטאָן, דערפֿאַר װעט ער שטאַרבן. 14 און אַז איך זאָג צו דעם שלעכטן: שטאַרבן מוזטו שטאַרבן, און ער קערט זיך אום פֿון זײַנע זינד, און טוט רעכט און גערעכטיקײט; 15 אַז דעם משכּון קערט דער שלעכטער אום, די גזלה באַצאָלט ער, אין די געזעצן פֿון לעבן גײט ער, נישט צו טאָן קײן אומרעכט – װעט ער געװיס לעבן, ער װעט נישט שטאַרבן. 16 אַלע זײַנע זינד װאָס ער האָט געזינדיקט, װעלן אים נישט דערמאָנט װערן; רעכט און גערעכטיקײט טוט ער, לעבן װעט ער לעבן.
17 און די קינדער פֿון דײַן פֿאָלק זאָגן: נישט ריכטיק איז דער װעג פֿון אֲדֹנָי, װען זײער אײגענער װעג איז נישט ריכטיק. 18 אַז דער גערעכטער קערט זיך אָפּ פֿון זײַן גערעכטיקײט, און טוט אומרעכט, מוז ער שטאַרבן דערפֿאַר. 19 און אַז דער שלעכטער קערט זיך אָפּ פֿון זײַן שלעכטיקײט, און טוט רעכט און גערעכטיקײט, װעט ער דערפֿאַר לעבן. 20 און איר זאָגט: נישט ריכטיק איז דער װעג פֿון אֲדֹנָי; איטלעכן לױט זײַנע װעגן משפּט איך אײַך, הױז פֿון יִשׂרָאֵל.
21 און עס איז געװען אין צװעלפֿטן יאָר פֿון אונדזער גלות, אין צענטן חודש, איז געקומען צו מיר אַן אַנטרונענער פֿון ירושָלַיִם, אַזױ צו זאָגן: די שטאָט איז געשלאָגן געװאָרן. 22 און די האַנט פֿון ה׳ איז געװען אױף מיר אין אָװנט אײדער דער אַנטרונענער איז אָנגעקומען; און ער האָט געעפֿנט מײַן מױל אײדער ער איז אָנגעקומען צו מיר אין דער פֿרי; און מײַן מױל איז געבליבן אָפֿן, און איך בין מער נישט שטום געװען.
23 און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 24 מענטשנקינד, די װאָס זיצן אין די דאָזיקע חורבֿות אױף דער ערד פֿון יִשׂרָאֵל, זאָגן, אַזױ צו זאָגן: אײנער איז געװען אבֿרהם, און ער האָט געאַרבט דאָס לאַנד, און מיר זײַנען פֿיל, איז אונדז דאָס לאַנד אַװדאי געגעבן געװאָרן פֿאַר אַ ירושה. 25 דערום זאָג צו זײ: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: מיטן בלוט עסט איר, און אײַערע אױגן הײבט איר אױף צו אײַערע אָפּגעטער, און בלוט פֿאַרגיסט איר, און דאָס לאַנד װילט איר יַרשען? 26 איר זײַט געשטאַנען אױף אײַער שװערד, איר האָט געטאָן אומװערדיקײט, און אײנער דעם אַנדערנס װײַב האָט איר פֿאַראומרײניקט, און דאָס לאַנד װילט איר יַרשען? 27 אַזױ זאָלסטו זאָגן צו זײ: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: אַזױ װי איך לעב, אַז די װאָס אין די חורבֿות װעלן דורכן שװערד פֿאַלן, און דער װאָס אױפֿן פֿרײַען פֿעלד, אים גיב איך צו די חיות, אים צו פֿאַרצערן, און די װאָס אין די פֿעסטונגען און אין די הײלן װעלן פֿון פּעסט אױסשטאַרבן. 28 און איך װעל מאַכן דאָס לאַנד אַ װיסט און װיסטעניש, און פֿאַרשטערט װערן װעט איר שטאָלצע מאַכט, און די בערג פֿון יִשׂרָאֵל װעלן זײַן װיסט אָן אַ דורכגײער. 29 און זײ װעלן װיסן אַז איך בין ה׳, װען איך מאַך דאָס לאַנד אַ װיסט און װיסטעניש, פֿאַר אַלע זײערע אומװערדיקײטן װאָס זײ האָבן געטאָן.
30 און דו מענטשנקינד, די קינדער פֿון דײַן פֿאָלק רעדן פֿון דיר, ביז די װענט, און אין די אײַנגאַנגען פֿון די הײַזער, און אײנער רעדט מיטן אַנדערן, איטלעכער מיט זײַן ברודער, אַזױ צו זאָגן: קומט אַקאָרשט, און הערט, װאָס איז דאָס װאָרט װאָס גײט אַרױס פֿון ה׳; 31 און זײ קומען צו דיר װי אַ צונױפֿקום פֿון פֿאָלק; און זײ זיצן פֿאַר דיר, װי כּלומרשט מײַן פֿאָלק, און זײ הערן צו דײַנע װערטער, אָבער זײ טוען זײ נישט; װאָרעם מיט זײער מױל װײַזן זײ ליבשאַפֿט, בעת נאָך זײער גײַציקײט גײט זײער האַרץ. 32 און זע, ביסט בײַ זײ װי אַ ליבעלידל פֿון אײנעם װאָס האָט אַ שײן קֹול, און שפּילט גוט; און זײ הערן צו דײַנע װערטער, אָבער זײ טוען זײ נישט. 33 אָבער װען עס קומט – זע, עס קומט – װעלן זײ װיסן אַז אַ נבֿיא איז געװען צװישן זײ.