1 און עס איז געװען, װי די מױער איז געװען אױפֿגעבױט, אַזױ האָב איך אַרײַנגעשטעלט די טירן, און די טױערלײַט און די זינגערס און די לוִיִים זײַנען אױפֿגעזעצט געװאָרן. 2 און איך האָב געגעבן מײַן ברודער חַנָנין, און חַנַניָה דעם הױפּטמאַן פֿון דער פֿעסטונג, דעם באַפֿעל איבער ירושָלַיִם; װאָרעם ער איז געװען אַן אמתער מענטש, און אַ ירא אלֹקים פֿון אַ סך. 3 און איך האָב זײ אָנגעזאָגט: די טױערן פֿון ירושָלַיִם זאָלן נישט געעפֿנט װערן ביז די זון װערט הײס, און װען מע איז נאָך אױף, זאָלן זײ צומאַכן די טירן; און פֿאַרריגלט זײ; און מע זאָל שטעלן װאַכן פֿון די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, איטלעכן אױף זײַן װאַך, און איטלעכן אַקעגן זײַן הױז. 4 און די שטאָט איז געװען ברײט און גרױס, און דאָס פֿאָלק דערין װינציק, און קײן הײַזער זײַנען נישט געװען געבױט.
5 און מײַן ג-ט האָט אַרײַנגעגעבן אין מײַן האַרצן, און איך האָב אײַנגעזאַמלט די אַדללײַט, און די פֿאָרשטײער, און דאָס פֿאָלק, זיך צו פֿאַרצײכענען לױטן יחוס, און איך האָב געפֿונען דעם יחוס-בריװ פֿון די װאָס זײַנען אַרױפֿגעקומען צום ערשטן, און איך האָב געפֿונען געשריבן דערין:
6 דאָס זײַנען די קינדער פֿון דער ייִדישער מדינה װאָס זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען פֿון די גלות-געפֿאַנגענע װאָס נבֿוכַדנֶצַר דער מלך פֿון בָבֿל האָט פֿאַרטריבן, און זײ האָבן זיך אומגעקערט קײן ירושָלַיִם און קײן יהוּדה, איטלעכער צו זײַן שטאָט; 7 די װאָס זײַנען געקומען מיט זרובבֿלן, יֵשועַן, נחֶמיָהן, עַזַריָהן, רַעַמיָהן, נַחמָנין, מָרדכַין, בלשָנען, מִספּרֶתן, בִגוַין, נחומען, בַעַנָהן.
די צאָל פֿון די מענער פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל:
8 די קינדער פֿון פּרעוֹש, צװײ טױזנט הונדערט און צװײ און זיבעציק. 9 די קינדער פֿון שפֿטיָה, דרײַ הונדערט צװײ און זיבעציק. 10 די קינדער פֿון אָרַח, זעקס הונדערט צװײ און פֿופֿציק. 11 די קינדער פֿון פַּחַת-מוֹאָבֿ, פֿון די קינדער פֿון יֵשועַ און יוֹאָבֿ, צװײ טױזנט און אַכט הונדערט אַכצן. 12 די קינדער פֿון עֵילָם, טױזנט צװײ הונדערט פֿיר און פֿופֿציק. 13 די קינדער פֿון זַתּוא, אַכט הונדערט פֿינף און פֿערציק. 14 די קינדער פֿון זַכַּי, זיבן הונדערט און זעכציק. 15 די קינדער פֿון בנױ, זעקס הונדערט אַכט און פֿערציק. 16 די קינדער פֿון בֵבֿי, זעקס הונדערט אַכט און צװאַנציק. 17 די קינדער פֿון עַזגָד, צװײ טױזנט דרײַ הונדערט צװײ און צװאַנציק. 18 די קינדער פֿון אַדוֹניקָם, זעקס הונדערט זיבן און זעכציק. 19 די קינדער פֿון בִגוַי, צװײ טױזנט זיבן און זעכציק. 20 די קינדער פֿון עָדין, זעקס הונדערט פֿינף און פֿופֿציק. 21 די קינדער פֿון אָטֵר, פֿון חִזקִיָהן, אַכט און נײַנציק. 22 די קינדער פֿון חָשום, דרײַ הונדערט אַכט און צװאַנציק. 23 די קינדער פֿון בֵצָי, דרײַ הונדערט פֿיר און צװאַנציק. 24 די קינדער פֿון חָריף, הונדערט צװעלף. 25 די קינדער פֿון גִבֿעוֹן, פֿינף און נײַנציק. 26 די מענטשן פֿון בֵית-לֶחֶם און נטוֹפֿה, הונדערט אַכט און אַכציק. 27 די מענטשן פֿון עַנָתוֹת, הונדערט אַכט און צװאַנציק. 28 די מענטשן פֿון בֵית-עַזמָוֶת, צװײ און פֿערציק. 29 די מענטשן פֿון קִריַת-יְעָרים, כּפֿירָה, און באֵרוֹת, זיבן הונדערט דרײַ און פֿערציק. 30 די מענטשן פֿון רָמָה און גֶבַֿע, זעקס הונדערט אײן און צװאַנציק. 31 די מענטשן פֿון מִכמָס, הונדערט און צװײ און צװאַנציק. 32 די מענטשן פֿון בֵית-אֵל, און עַי, הונדערט דרײַ און צװאַנציק. 33 די מענטשן פֿון דער אַנדער נבֿוֹ, צװײ און פֿופֿציק. 34 די קינדער פֿון דער אַנדער עֵילָם, טױזנט צװײ הונדערט פֿיר און פֿופֿציק. 35 די קינדער פֿון חָרִם, דרײַ הונדערט און צװאַנציק. 36 די קינדער פֿון יריחוֹ, דרײַ הונדערט פֿינף און פֿערציק. 37 די קינדער פֿון לוֹד, חָדיד, און אוֹנוֹ, זיבן הונדערט און אײן און צװאַנציק. 38 די קינדער פֿון סנָאָהן, דרײַ טױזנט נײַן הונדערט און דרײַסיק.
39 די כּהנים: די קינדער פֿון ידַעְיָה, פֿון דעם הױז פֿון יֵשועַ, נײַן הונדערט דרײַ און זיבעציק. 40 די קינדער פֿון אִמֵר, טױזנט צװײ און פֿופֿציק. 41 די קינדער פֿון פַּשחור, טױזנט צװײ הונדערט זיבן און פֿערציק. 42 די קינדער פֿון חָרִם, טױזנט זיבעצן.
43 די לוִיִים: די קינדער פֿון יֵשועַ, פֿון קַדמיאֵלן, פֿון די קינדער פֿון הוֹדוָה, פֿיר און זיבעציק. 44 די זינגערס: די קינדער פֿון אָסָף, הונדערט אַכט און פֿערציק. 45 די טױערלײַט: די קינדער פֿון שַלום, די קינדער פֿון אָטֵר, די קינדער פֿון טַלמוֹן, די קינדער פֿון עַקובֿ, די קינדער פֿון חַטיטאָ, די קינדער פֿון שוֹבָֿי – הונדערט אַכט און דרײַסיק.
46 די נתינים: די קינדער פֿון ציחאָ, די קינדער פֿון חַשׂופֿאָ, די קינדער פֿון טַבעוֹת: 47 די קינדער פֿון קֵירוֹס, די קינדער פֿון סיעָא, די קינדער פֿון פּדוֹן; 48 די קינדער פֿון לִבֿנָה, די קינדער פֿון חַגָבֿה, די קינדער פֿון שַלמַי; 49 די קינדער פֿון חָנָן, די קינדער פֿון גִדֵל, די קינדער פֿון גַחַר; 50 די קינדער פֿון ראָיָה, די קינדער פֿון רצין, די קינדער פֿון נקוֹדאָ; 51 די קינדער פֿון גַזָם, די קינדער פֿון עוּזאָ, די קינדער פֿון פֶּסַח; 52 די קינדער פֿון בסַי, די קינדער פֿון מְעונים, די קינדער פֿון נפֿישסים; 53 די קינדער פֿון בקבוק, די קינדער פֿון חַקופֿאָ, די קינדער פֿון חַרחור; 54 די קינדער פֿון בצלית, די קינדער פֿון מחידאָ, די קינדער פֿון חַרשאָ; 55 די קינדער פֿון ברקוֹס, די קינדער פֿון סיסרא, די קינדער פֿון תֶּמַח; 56 די קינדער פֿון נציחַ, די קינדער פֿון חַטיפֿאָ.
57 די קינדער פֿון שלמהס קנעכט: די קינדער פֿון סוֹטַי, די קינדער פֿון סוֹפֿרֶת, די קינדער פֿון פּרידאָ; 58 די קינדער פֿון יַעֲלאָ, די קינדער פֿון דַרקוֹן, די קינדער פֿון גִדֵל; 59 די קינדער פֿון שפֿטיָה, די קינדער פֿון חַטיל, די קינדער פֿון פּוֹכֶרֶת-הַצבֿיִים, די קינדער פֿון אָמוֹן. 60 אַלע נתינים און די קינדער פֿון שלמהס קנעכט: דרײַ הונדערט צװײ און נײַנציק.
61 און דאָס זײַנען די װאָס זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען פֿון תֵּל-מֶלַח, תֵּל-חַרשאָ, *כּרובֿ, אַדּוֹן, און אִמֵר, און האָבן נישט געקענט זאָגן זײער פֿאָטערהױז און זײער אָפּשטאַם, אױב זײ זײַנען פֿון יִשׂרָאֵל: 62 די קינדער פֿון דלָיָה, די קינדער פֿון טוֹבֿיָה, די קינדער פֿון נקוֹדאָ – זעקס הונדערט און צװײ און פֿערציק. 63 און פֿון די כּהנים: די קינדער פֿון חַבֿיָה, די קינדער פֿון הַקוֹץ, די קינדער פֿון בַרזִלַין װאָס האָט גענומען אַ װײַב פֿון די טעכטער פֿון בַרזִלַין פֿון גִלעָד, און איז גערופֿן געװאָרן אױף זײער נאָמען. 64 די דאָזיקע האָבן געזוכט זײער יחוס-בריװ, און ער איז נישט געפֿונען געװאָרן, און זײ זײַנען געהאַלטן געװאָרן פֿאַר אומװערדיק צו דער כּהונה. 65 און דער תּירשָתאָ האָט זײ פֿאַרזאָגט, אַז זײ זאָלן נישט עסן פֿון דעם גאָר הײליקן, ביז אַ כּהן װעט אױפֿשטײן מיט אורים-ותּומים.
66 די גאַנצע עדה אין אײנעם איז געװען צװײ און פֿערציק טױזנט דרײַ הונדערט און זעכציק; 67 אַחוץ זײערע קנעכט און זײערע דינסטן; די דאָזיקע זײַנען געװען זיבן טױזנט דרײַ הונדערט זיבן און דרײַסיק. און זײ האָבן געהאַט זינגערס און זינגערינס צװײ הונדערט און פֿינף און פֿערציק. 68 זײערע פֿערד זײַנען געװען זיבן הונדערט זעקס און דרײַסיק; זײערע מױלאײזלען, צװײ הונדערט פֿינף און פֿערציק; 69 קעמלען פֿיר הונדערט פֿינף און דרײַסיק; אײזלען, זעקס טױזנט זיבן הונדערט און צװאַנציק.
70 און טײל פֿון צװישן די הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער האָבן געשאָנקען פֿאַר דער אַרבעט. דער תּירשָתאָ האָט געגעבן פֿאַר דעם שאַץ, גאָלד טױזנט דַרכּמוֹנים, שפּרענגבעקנס פֿופֿציק, מאַנטלען פֿאַר די כּהנים פֿינף הונדערט און דרײַסיק. 71 און טײל פֿון די הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער האָבן געגעבן פֿאַר דעם שאַץ פֿון דער אַרבעט, גאָלד צװאַנציק טױזנט דַרכּמוֹנים, און זילבער צװײ טױזנט און צװײ הונדערט מָנֶה. 72 און װאָס דאָס איבעריקע פֿאָלק האָט געגעבן איז געװען: גאָלד, צװאַנציק טױזנט דַרכּמוֹנים, און זילבער צװײ טױזנט מָנֶה, און מאַנטלען פֿאַר די כּהנים זיבן און זעכציק.
73 און די כּהנים און די לוִיִים, און די טױערלײַט, און די זינגערס, און טײל פֿון דעם פֿאָלק, און די נתינים, און גאַנץ יִשׂרָאֵל, האָבן זיך באַזעצט אין זײערע שטעט. און אַז דער זיבעטער חודש איז געקומען, און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען געװען אין זײערע שטעט.