Publicidade

Neemias 4

1 און עס איז געװען, װען סַנבֿלַט, און טוֹבֿיָה, און די אַראַבער, און די עַמוֹנים, און די אַשדוֹדים, האָבן געהערט אַז די מױערן פֿון ירושָלַיִם װערן פֿאַרריכט, אַז די בראָכן האָבן אָנגעהױבן פֿאַרשטאָפּט צו װערן, האָט זײ זײער געברענט. 2 און זײ האָבן געמאַכט אַ בונט אַלע אין אײנעם, צו קומען מלחמה האַלטן אױף ירושָלַיִם, און אָנמאַכן דרינען אַ מהומה. 3 האָבן מיר מתפּלל געװען צו אלוקינו, און מיר האָבן געשטעלט אַ װאַך אַקעגן זײ בײַ טאָג און בײַ נאַכט, פֿאַר זײ.

4 און יהוּדה האָט געזאָגט: דער כּוֹח פֿון די לאַסטטרעגער איז אָפּגעשװאַכט, און ערד אָפּצוראַמען איז דאָ אַ סך, און מיר קענען נישט בױען די מױער. 5 און אונדזערע שָׂונאים האָבן געזאָגט: זאָלן זײ נישט מערקן און נישט זען, ביז מיר װעלן קומען צװישן זײ, און װעלן זײ אױסהרגען, און אױפֿהערן די אַרבעט. 6 און עס איז געװען, אַז די ייִדן װאָס זײַנען געזעסן בײַ זײ, זײַנען צו אונדז געקומען, האָבן זײ אונדז צען מאָל געזאָגט װעגן אַלע פּלענער װאָס זײ האָבן געשמידט קעגן אונדז. 7 האָב איך אױסגעשטעלט אונטער דעם אָרט הינטער דער מױער, אין די אָפֿענע פּלעצער – איך האָב אױסגעשטעלט דאָס פֿאָלק לױט משפּחות, מיט זײערע שװערדן, זײערע שפּיזן, און זײערע בױגנס. 8 און איך האָב זיך אומגעקוקט, און בין אױפֿגעשטאַנען און האָב געזאָגט צו די אַדללײַט, און צו די פֿאָרשטײער, און צו דעם איבעריקן פֿאָלק: איר זאָלט נישט מורא האָבן פֿאַר זײ; דערמאָנט אײַך אָן אֲדֹנָי, דעם גרױסן און דעם פֿאָרכטיקן, און האַלט מלחמה פֿאַר אײַערע ברידער, אײַערע זין און אײַערע טעכטער, אײַערע װײַבער, און אײַערע הײַזער.

9 און עס איז געװען, װי אונדזערע פֿײַנט האָבן געהערט, אַז מיר האָבן זיך דערװוּסט, און אלֹקים האָט פֿאַרשטערט זײער עצה, אַזױ האָבן מיר זיך אַלע אומגעקערט צו דער מױער, איטלעכער צו זײַן אַרבעט. 10 און עס איז געװען פֿון יענעם טאָג אָן, האָבן העלפֿט פֿון מײַנע יונגען געטאָן די אַרבעט, און העלפֿט פֿון זײ האָבן געהאַלטן די שפּיזן, די שילדן און די בױגנס, און די פּאַנצערס; און די האַרן זײַנען געװען הינטער דעם גאַנצן הױז פֿון יהוּדה 11 װאָס האָבן געבױט די מױער. און די לאַסטטרעגער לאָדנדיק האָבן מיט אײן האַנט זײערער געטאָן די אַרבעט, און אײנע האָט געהאַלטן דעם װאַפֿן. 12 און די בױער זײַנען געװען אָנגעגורט איטלעכער מיט זײַן שװערד אױף זײַנע לענדן, און אַזױ האָבן זײ געבױט; און אַ שוֹפֿר-בלאָזער איז געװען לעבן מיר. 13 און איך האָב געזאָגט צו די אַדללײַט, און צו די פֿאָרשטײער, און צו דעם איבעריקן פֿאָלק: די אַרבעט איז גרױס און אױסגעברײט, און מיר זײַנען אָפּגעזונדערט אױף דער מױער, װײַט אײנער פֿון אַנדערן. 14 איז, אין דעם אָרט װאָס איר װעט הערן דעם קֹול פֿון שופֿר, אַהין זאָלט איר זיך אײַנזאַמלען צו אונדז; אלוקינו װעט מלחמה האַלטן פֿאַר אונדז.

15 אַזױ האָבן מיר געטאָן די אַרבעט; און אַ העלפֿט פֿון זײ האָבן געהאַלטן די שפּיזן פֿון אױפֿגאַנג פֿון פֿרימאָרגן ביז די שטערן זײַנען אַרױס. 16 איך האָב אױך געזאָגט אין יענער צײַט צום פֿאָלק: זאָל איטלעכער מיט זײַן יונג נעכטיקן אין ירושָלַיִם, כּדי זײ זאָלן אונדז זײַן בײַ נאַכט פֿאַר אַ װאַך, און בײַ טאָג פֿאַר אַרבעט. 17 און נישט איך, אָדער מײַנע ברידער און מײַנע יונגען און די װאַכלײַט װאָס הינטער מיר, קײנער האָבן מיר נישט אױסגעטאָן אונדזערע קלײדער; אַפֿילו צום װאַסער איז איטלעכער געגאַנגען מיט זײַן װאַפֿן.

Veja também

Publicidade
Neemias
Ver todos os capítulos de Neemias
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-