Publicidade

Neemias 2

1 און עס איז געװען אין חודש ניסן, אין צװאַנציקסטן יאָר פֿון מלך אַרתַּחשַסתּאָ, איז װײַן געװען פֿאַר אים, און איך האָב גענומען דעם װײַן, און האָב דערלאַנגט דעם מלך. און איך בין קײן מאָל פֿריער נישט געװען טרױעריק פֿאַר אים. 2 האָט דער מלך צו מיר געזאָגט: פֿאַר װאָס איז דײַן פּנים טרױעריק, אַז קראַנק ביסטו נישט? דאָס איז נישט אַנדערש סײַדן אַ טרױערקײט פֿון האַרצן. האָב איך זײער שטאַרק מורא געהאַט. 3 און איך האָב געזאָגט צום מלך: אײביק לעבן זאָל דער מלך! פֿאַר װאָס זאָל מײַן פּנים נישט זײַן טרױעריק, אַז די שטאָט, דער אָרט פֿון מײַנע עלטערנס קבֿרים, איז חרובֿ, און אירע טױערן זײַנען פֿאַרצערט פֿון פֿײַער? 4 האָט דער מלך צו מיר געזאָגט: װאָס פֿאַרלאַנגסטו דען? האָב איך מתפּלל געװען צום אלֹקים פֿון הימל. 5 און איך האָב געזאָגט צום מלך: אױב דעם מלך איז װױלגעפֿעלן, און אױב דײַן קנעכט איז װױלגעפֿעלן פֿאַר דיר, אַז דו זאָלסט מיך לאָזן גײן קײן יהוּדה צו דער שטאָט פֿון מײַנע עלטערנס קבֿרים, אַז איך זאָל זי אָפּבױען. 6 האָט דער מלך צו מיר געזאָגט: – און די מלכּה איז געזעסן לעבן אים – אױף ביז װאַנען װעט זײַן דײַן גײן? און װען װעסטו זיך אומקערן? און עס איז װױלגעפֿעלן פֿאַר דעם מלך, און ער האָט מיך געלאָזט גײן, אַז איך האָב אים געגעבן אַ צײַט. 7 און איך האָב געזאָגט צום מלך: אױב דעם מלך איז װױלגעפֿעלן, זאָל מען מיר געבן בריװ צו די פֿירשטן פֿון יענער זײַט טײַך, אַז זײ זאָלן מיך לאָזן דורכגײן, ביז איך װעל קומען קײן יהוּדה; 8 און אַ בריװ צו אָסָף דעם היטער פֿון מלכס בױמגאָרטן, אַז ער זאָל מיר געבן האָלץ אױף צו לײגן באַלקנס אױף די טױערן פֿון דער פֿעסטונג װאָס צום הױז, און פֿאַר דער שטאָטטױער, און פֿאַר דעם הױז, װאָס איך װעל קומען צו אים. און דער מלך האָט מיר געגעבן לױט דער גוטער האַנט פֿון מײַן ג-ט אױף מיר.

9 און איך בין געקומען צו די פֿירשטן פֿון יענער זײַט טײַך, און האָב זײ געגעבן די בריװ פֿון מלך; און דער מלך האָט געשיקט מיט מיר עלצטע פֿון חיל, און רײַטער. 10 האָט דערהערט סַנבֿלַט דער חוֹרוֹני, און טוֹבֿיָה דער עַמוֹנישער קנעכט, און זײ האָט פֿאַרדראָסן אַ גרױס פֿאַרדראָס װאָס אַ מענטש איז געקומען זוכן גוטס פֿאַר די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל.

11 און איך בין געקומען קײן ירושָלַיִם, און בין דאָרטן געװען דרײַ טעג. 12 און איך בין אױפֿגעשטאַנען בײַ נאַכט, איך און עטלעכע מענער מיט מיר; און איך האָב נישט דערצײלט קײן מענטשן װאָס מײַן ג-ט האָט אַרײַנגעגעבן אין מײַן האַרצן צו טאָן אין ירושָלַיִם; און קײן בהמה האָב איך מיט מיר נישט געהאַט, אַחוץ די בהמה װאָס איך בין אױף איר געריטן. 13 און איך בין אַרױס דורך דעם טױער פֿון טאָל בײַ נאַכט, און אַקעגן דעם שלאַנגענקװאַל, און צו דעם מיסטטױער, און איך האָב באַטראַכט די מױערן פֿון ירושָלַיִם װאָס זײַנען געװען אײַנגעבראָכן, און אירע טױערן װאָס זײַנען געװען פֿאַרצערט פֿון פֿײַער. 14 און איך בין אַריבערגעגאַנגען צום קװאַלטױער, און צום מלכס באַך; אָבער עס איז נישט געװען אָרט גענוג פֿאַר דער בהמה אונטער מיר דורכצוגײן. 15 און איך בין אַרױפֿגעגאַנגען דורכן טאָל אין דער נאַכט, און האָב באַטראַכט די מױער; און איך האָב זיך אומגעקערט און בין געקומען צום טױער פֿון טאָל, און האָב זיך צוריקגעקערט. 16 און די פֿאָרשטײער האָבן נישט געװוּסט װוּהין איך בין געגאַנגען, און װאָס איך טו, װאָרעם די ייִדן, און די כּהנים, און די אַדללײַט, און די פֿאָרשטײער, און די איבעריקע װאָס האָבן געטאָן די אַרבעט, האָב איך ביז אַהער גאָרנישט דערצײלט.

17 און איך האָב צו זײ געזאָגט: איר זעט אין װאָס פֿאַר אַן אומגליק מיר זײַנען, אַז ירושָלַיִם איז חרובֿ, און אירע טױערן זײַנען פֿאַרברענט פֿון פֿײַער; קומט און לאָמיר אָפּבױען די מױער פֿון ירושָלַיִם, אַז מיר זאָלן מער נישט זײַן צו שאַנד. 18 און איך האָב זײ דערצײלט װעגן דער האַנט פֿון מײַן ג-ט װאָס איז געװען גוט אױף מיר, און אױך די װערטער פֿון מלך װאָס ער האָט מיר געזאָגט. האָבן זײ געזאָגט: לאָמיר אױפֿשטײן און בױען. און זײ האָבן געשטאַרקט זײערע הענט צום גוטן. 19 האָט דערהערט סַנבֿלַט דער חוֹרוֹני, און טוֹבֿיָה דער עַמוֹנישער קנעכט, און גֶשֶם דער אַראַבער, און זײ האָבן געשפּעט פֿון אונדז, און האָבן אונדז מבֿזה געװען, און האָבן געזאָגט: װאָס איז די דאָזיקע זאַך װאָס איר טוט? װילט איר קעגן דעם מלך װידערשפּעניקן? 20 האָב איך זײ געגעבן אַן ענטפֿער און האָב צו זײ געזאָגט: אלוקי הימל, ער װעט אונדז באַליקן, און מיר זײַנע קנעכט װעלן אױפֿשטײן און װעלן בױען; און איר האָט נישט קײן חלק און קײן רעכט און קײן געדעכעניש אין ירושָלַיִם.

Veja também

Publicidade
Neemias
Ver todos os capítulos de Neemias
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-