Publicidade

Neemias 8

1 האָט זיך דאָס גאַנצע פֿאָלק אײַנגעזאַמלט אַזױ װי אײן מאַן אױף דעם ברײטן פּלאַץ װאָס פֿאַר דעם װאַסערטױער, און זײ האָבן גערעדט צו עֶזְרָא דעם שרײַבער, צו ברענגען דאָס בוך פֿון תּוֹרת-משה װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן יִשׂרָאֵל. 2 און עֶזְרָא דער כּהן האָט געבראַכט די תּורה פֿאַר דער אײַנזאַמלונג, מענער און װײַבער, און אַלע װאָס האָבן געקענט פֿאַרשטײן, אין ערשטן טאָג פֿון זיבעטן חודש. 3 און ער האָט דערפֿון געלײענט פֿאַר דעם ברײטן פּלאַץ װאָס פֿאַר דעם װאַסערטױער פֿון באַגינען ביז האַלבן טאָג, פֿאַר די מענער און די װײַבער, און די װאָס האָבן פֿאַרשטאַנען; און די אױערן פֿון דעם גאַנצן פֿאָלק זײַנען געװען צו דעם בוך פֿון דער תּורה. 4 און עֶזְרָא דער שרײַבער איז געשטאַנען אױף אַ הילצערנעם באַלמעמער װאָס מע האָט געמאַכט פֿאַר דער זאַך, און לעבן אים איז געשטאַנען מַתִּתיָה, און שֶמַע, און עַנָיָה, און אוּרִיה, און חִלקִיָה, און מַעֲשֵׂיָה, אױף זײַן רעכטער זײַט; און פֿון זײַן לינקער זײַט, פּדָיָה, און מישָאֵל, און מַלכִּיָה, און חָשום, און חַשבדָנָה, זכַריָה, משולָם. 5 און עֶזְרָא האָט געעפֿנט דאָס בוך פֿאַר די אױגן פֿון גאַנצן פֿאָלק, װאָרעם ער איז געװען איבער דעם גאַנצן פֿאָלק; און װי ער האָט אױפֿגעעפֿנט, האָט דאָס גאַנצע פֿאָלק זיך אױפֿגעשטעלט. 6 און עֶזְרָא האָט געלױבט ה׳ דעם גרױסן אלֹקים, און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געענטפֿערט: אָמן! אָמן! מיט אױפֿגעהױבענע הענט, און זײ האָבן זיך גענײגט און זיך געבוקט צו ג-ט מיטן פּנים צו דער ערד. 7 און יֵשועַ, און בני, און שֵרֵבֿיָה, יָמין, עַקובֿ, שַבתַי, הוֹדִיָה, מַעֲשֵׂיָה, קליטאָ, עַזַריָה, יוֹזָבָֿד, חָנָן, פּלאָיָה, די לוִיִים, האָבן געגעבן דעם פֿאָלק צו פֿאַרשטײן די תּורה, און דאָס פֿאָלק איז געשטאַנען אױף זײער אָרט. 8 און זײ האָבן געלײענט פֿון דער תּורה פֿון האלֹקים קלאָר, און געמאַכט שׂכלדיק און געגעבן צו פֿאַרשטײן דאָס געלײענטע.

9 און נחֶמיָה, דאָס איז דער תּירשָתאָ, און עֶזְרָא דער כּהן, דער שרײַבער, און די לוִיִים װאָס האָבן געגעבן דעם פֿאָלק צו פֿאַרשטײן, האָבן געזאָגט צום גאַנצן פֿאָלק: הײַנטיקער טאָג איז הײליק צו ה׳ אלוקיכם; איר זאָלט נישט טרױערן און נישט װײנען. װאָרעם דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געװײנט, אַז זײ האָבן געהערט די װערטער פֿון דער תּורה. 10 און ער האָט צו זײ געזאָגט: גײט עסט פֿעטע שפּײַזן, און טרינקט זיסע געטראַנקען, און שיקט חלקים צו דעם װאָס בײַ אים איז נישט אָנגעגרײט, װאָרעם דער טאָג איז הײליק צו אֲדֹנֵינוּ; און איר זאָלט אײַך נישט קלעמען, װאָרעם די פֿרײד פֿון ה׳ איז אײַער שטאַרקײט. 11 און די לוִיִים האָבן אײַנגעשטילט דאָס גאַנצע פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: זײַט שטיל, װאָרעם דער טאָג איז הײליק, און איר זאָלט אײַך נישט קלעמען. 12 און דאָס גאַנצע פֿאָלק איז געגאַנגען עסן און טרינקען, און זיך שיקן חלקים, און מאַכן אַ גרױסע שׂימחה, װאָרעם זײ האָבן פֿאַרשטאַנען די װערטער װאָס מע האָט זײ געלערנט.

13 און אױפֿן צװײטן טאָג האָבן זיך אײַנגעזאַמלט די הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון דעם גאַנצן פֿאָלק, די כּהנים, און די לוִיִים, צו עֶזְרָא דעם שרײַבער, כּדי זיך צו קליגן אין די װערטער פֿון דער תּורה. 14 און זײ האָבן געפֿונען געשריבן אין דער תּורה װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן דורך משהן, אַז די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זאָלן זיצן אין סוכּוֹת אין דעם יוֹם-טובֿ פֿון זיבעטן חודש; 15 און אַז זײ זאָלן באַקאַנט מאַכן און אַרױסלאָזן אַן אױסרוף אין אַלע זײערע שטעט, און אין ירושָלַיִם, אַזױ צו זאָגן: גײט אַרױס אין די בערג, און ברענגט אײלבערטצװײַגן, און אײלבױמצװײַגן, און מירטנצװײַגן, און טײטלצװײַגן, און צװײַגן פֿון געדיכטע בײמער, צו מאַכן סוכּוֹת אַזױ װי עס שטײט געשריבן. 16 איז דאָס פֿאָלק אַרױסגעגאַנגען, און זײ האָבן געבראַכט, און האָבן געמאַכט סוכּוֹת איטלעכער אױף זײַן דאַך, און אין זײערע הױפֿן, און אין די הױפֿן פֿון הױז פֿון האלֹקים, און אױף דעם ברײטן פּלאַץ פֿון װאַסערטױער, און אױף דעם ברײטן פּלאַץ פֿון טױער פֿון אפֿרים. 17 און די גאַנצע עדה װאָס האָט זיך אומגעקערט פֿון געפֿאַנגענשאַפֿט האָט געמאַכט סוכּוֹת, און זײ זײַנען געזעסן אין סוכּוֹת; װאָרעם די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן אַזױ נישט געטאָן פֿון די טעג פֿון יֵשועַ דעם זון פֿון נון אָן ביז אױף יענעם טאָג. און עס איז געװען זײער אַ גרױסע שׂימחה. 18 און ער האָט געלײענט פֿון דעם בוך פֿון ג-טס תּורה טאָג אין טאָג, פֿון ערשטן טאָג ביזן לעצטן טאָג; און זײ האָבן געמאַכט יוֹם-טובֿ זיבן טעג, און אױפֿן אַכטן טאָג אַ הײליקע אײַנזאַמלונג, אַזױ װי דער דין.

Veja também

Publicidade
Neemias
Ver todos os capítulos de Neemias
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-