1 און עס איז געװען, װי סַנבֿלַט, און טוֹבֿיָה, און גֶשֶם דער אַראַבער, און אונדזערע איבעריקע פֿײַנט האָבן געקריגן צו הערן אַז איך האָב אױפֿגעבױט די מױער, און קײן בראָך איז נישט געבליבן אין איר – הגם ביז יענער צײַט האָב איך נאָך נישט געהאַט אַרײַנגעשטעלט טירן אין די טױערן – 2 האָט סַנבֿלַט, און גֶשֶם, געשיקט צו מיר, אַזױ צו זאָגן: קום, און לאָמיר זיך צונױפֿקומען אין אײנעם אין כּפֿרים אין טאָל אוֹנוֹ. און זײ האָבן געטראַכט מיר צו טאָן בײז. 3 האָב איך צו זײ געשיקט שלוחים, אַזױ צו זאָגן: אַ גרױסע אַרבעט טו איך, און איך קען נישט אַראָפּנידערן; נאָך װאָס זאָל די אַרבעט אױפֿהערן, אַז איך װעל זי אָפּלאָזן, און אַראָפּנידערן צו אײַך? 4 און זײ האָבן צו מיר געשיקט אַזױ װי די דאָזיקע רײד פֿיר מאָל, און איך האָב זײ געענטפֿערט אַזױ װי די דאָזיקע רײד. 5 האָט סַנבֿלַט געשיקט צו מיר אַזױ װי די דאָזיקע רײד אַ פֿינפֿט מאָל זײַן יונג מיט אַן אָפֿענעם בריװ אין זײַן האַנט, 6 װאָס דערין איז געװען געשריבן: צװישן די פֿעלקער הערט זיך, און גַשמו זאָגט, אַז דו און די ייִדן טראַכטן צו װידערשפּעניקן, דערום בױסטו די מױער, און דו װילסט װערן בײַ זײ פֿאַר אַ מלך, לױט די דאָזיקע רײד. 7 און אױך האָסטו אױפֿגעשטעלט נבֿיאים אױסצורופֿן װעגן דיר אין ירושָלַיִם, אַזױ צו זאָגן: אַ מלך איז דאָ אין יהוּדה. און אַצונד װעט דער מלך קריגן צו הערן אַזעלכע רײד. איז, אַצונד קום און לאָמיר אַן עצה האַלטן אין אײנעם. 8 האָב איך צו אים געשיקט, אַזױ צו זאָגן: אַזעלכע זאַכן װי דו זאָגסט זײַנען נישט געשען, נאָר פֿון דײַן האַרצן טראַכסטו זײ אױס. 9 װאָרעם זײ אַלע האָבן אונדז געװאָלט אײַנשרעקן, אַזױ צו זאָגן: זײערע הענט װעלן אָפּגעשלאַפֿט װערן פֿון דער אַרבעט, און זי װעט נישט געטאָן װערן. און אַצונד, ג-ט, שטאַרק מײַנע הענט.
10 און איך בין געקומען אין הױז פֿון שמַעיָה דעם זון פֿון דלָיָה, דעם זון פֿון מהֵיטַבֿאֵלן, װאָס האָט זיך געהאַלטן אײַנגעשלאָסן; און ער האָט געזאָגט: לאָמיר זיך צונױפֿקומען אין הױז פֿון האלֹקים, אינעװײניק אין הֵיכל, און לאָמיר פֿאַרשליסן די טירן פֿון הֵיכל, װאָרעם זײ װעלן קומען דיך הרגען, און בײַ נאַכט װעלן זײ קומען דיך הרגען. 11 האָב איך געזאָגט: זאָל אַזאַ מענטש װי איך אַנטלױפֿן? און װער פֿון מײַן גלײַכן קען אַרײַנגײן אין הֵיכל, און בלײַבן לעבן? איך װעל נישט אַרײַנגײן. 12 און איך האָב דערקענט, אַז נישט אלֹקים האָט אים געשיקט, נאָר ער האָט גערעדט די נבֿואה װעגן מיר, װײַל טוֹבֿיָה און סַנבֿלַט האָבן אים אָנגעדונגען. 13 ער איז דערפֿאַר געװען געדונגען, כּדי איך זאָל מורא קריגן, און איך זאָל טאָן אַזױ, און מיך פֿאַרזינדיקן, און דאָס װעט זײ זײַן פֿאַר אַ שֶם-רַע כּדי זײ זאָלן מיך קענען לעסטערן. 14 דערמאָן, ג-ט מײַנער, טוֹבֿיָהן, און סַנבֿלַטן לױט די דאָזיקע מעשׂים זײַנע, און אױך נוֹעַדיָה דער נבֿיאה, און די איבעריקע נבֿיאים װאָס האָבן מיך געװאָלט אײַנשרעקן.
15 און די מױער איז פֿאַרטיק געװאָרן אין פֿינף און צװאַנציקסטן טאָג פֿון אֶלול, אין צװײ און פֿופֿציק טעג. 16 און עס איז געװען, װי אַלע אונדזערע פֿײַנט האָבן דערהערט, האָבן אַלע פֿעלקער װאָס אַרום אונדז מורא געקריגן, און זײ זײַנען זײער אַראָפּגעפֿאַלן בײַ זיך אין די אױגן, װאָרעם זײ האָבן געזען אַז פֿון אלוקינו איז געטאָן געװאָרן די דאָזיקע אַרבעט. 17 אױך האָבן אין יענע טעג די אַדללײַט פֿון יהוּדה געשיקט פֿיל בריװ צו טוֹבֿיָהן, און טוֹבֿיָהס זײַנען געקומען צו זײ. 18 װאָרעם פֿיל אין יהוּדה זײַנען געװען געשװאָרענע צו אים, װאָרעם ער איז געװען דער אײדים פֿון שכַניָה דעם זון פֿון אָרַחן, און זײַן זון יהוֹחָנָן האָט גענומען די טאָכטער פֿון משולָם דעם זון פֿון ברֶכיָהן. 19 אױך פֿלעגן זײ דערצײלן פֿאַר מיר זײַנע גוטע מעלות, און מײַנע װערטער פֿלעגן זײ אַרױסטראָגן צו אים. אָבער כּדי מיך אײַנצושרעקן האָט טוֹבֿיָה געשיקט די בריװ.