1 און עס איז געװען אַ גרױס געשרײ פֿון דעם פֿאָלק און זײערע װײַבער אױף זײערע ברידער, די יהודים. 2 און עס זײַנען געװען אַזעלכע װאָס האָבן געזאָגט: מיר מיט אונדזערע זין און אונדזערע טעכטער זײַנען פֿיל; טאָ לאָמיר קריגן תּבֿואה, כּדי מיר זאָלן עסן און לעבן. 3 און געװען אַזעלכע װאָס האָבן געזאָגט: אונדזערע פֿעלדער און אונדזערע װײַנגערטנער און אונדזערע הײַזער פֿאַרזעצן מיר; לאָמיר קריגן תּבֿואה, פֿון װעגן דעם הונגער. 4 און געװען אַזעלכע װאָס האָבן געזאָגט: מיר האָבן געליען געלט פֿאַר דעם מלכס אָפּצאָל אױף אונדזערע פֿעלדער און אונדזערע װײַנגערטנער. 5 און אַצונד, אונדזער פֿלײש איז דאָך אַזױ װי דאָס פֿלײש פֿון אונדזערע ברידער, אונדזערע קינדער אַזױ װי זײערע קינדער, און אָט מוזן מיר באַצװינגען אונדזערע זין און אונדזערע טעכטער פֿאַר קנעכט, און טײל פֿון אונדזערע טעכטער זײַנען שױן באַצװוּנגען, און אונדזער האַנט איז אָן כּוֹח, און אונדזערע פֿעלדער און אונדזערע װײַנגערטנער געהערן צו אַנדערע.
6 האָט מיך זײער פֿאַרדראָסן װי איך האָב געהערט זײער געשרײ און די דאָזיקע װערטער. 7 און מײַן האַרץ האָט זיך באַקלערט אין מיר, און איך האָב זיך געקריגט מיט די אַדללײַט און מיט די פֿאָרשטײער, און איך האָב צו זײ געזאָגט: אױף װאָכער לײַט איר איטלעכער זײַן ברודער? און איך האָב געמאַכט אַקעגן זײ אַ גרױסע אײַנזאַמלונג. 8 און איך האָב צו זײ געזאָגט: מיר האָבן אױסגעקױפֿט אונדזערע ברידער פֿון יהוּדה װאָס זײַנען פֿאַרקױפֿט געװען צו פֿעלקער, װי װײַט מיר האָבן געקענט, און איר װילט גאָר פֿאַרקױפֿן אײַערע ברידער, און זײ זאָלן זיך פֿאַרקױפֿן צו אונדז? האָבן זײ געשװיגן און נישט געפֿונען קײן װערטער. 9 און איך האָב געזאָגט: נישט גוט איז די זאַך װאָס איר טוט; דאַרפֿט איר נישט גײן אין מורא פֿאַר אלוקינו, אױס חרפּה פֿאַר די פֿעלקער אונדזערע פֿײַנט? 10 איך אױך, מײַנע ברידער און מײַנע יונגען, האָבן זײ געליען געלט און תּבֿואה. לאָמיר, איך בעט אײַך, אָפּלאָזן דעם דאָזיקן חובֿ. 11 גיט זײ אָפּ, איך בעט אײַך, הײַנט זײערע פֿעלדער, זײערע װײַנגערטנער, זײערע אײלבערטגערטנער, און זײערע הײַזער, און די הונדערטן זילבערשטיק, און די תּבֿואה, דעם װײַן, און דאָס אײל, װאָס איר מאָנט פֿון זײ. 12 האָבן זײ געזאָגט: מיר װעלן אָפּגעבן, און מיר װעלן פֿון זײ נישט פֿאַרלאַנגען; מיר װעלן אַזױ טאָן װי דו זאָגסט. האָב איך גערופֿן די כּהנים, און איך האָב זײ באַשװאָרן צו טאָן אַזױ װי דער דאָזיקער צוזאָג. 13 אױך האָב איך אױסגעטרײסלט מײַן שױס, און האָב געזאָגט: אַזױ זאָל האלֹקים אױסטרײסלען יעטװעדער מאַן װאָס װעט נישט מקײם זײַן דעם דאָזיקן צוזאָג, פֿון זײַן הױז, און פֿון זײַן מי, און אַזױ זאָל ער זײַן אױסגעטרײסלט און לײדיק. און די גאַנצע אײַנזאַמלונג האָט געזאָגט: אָמן! און זײ האָבן געלױבט ה׳. און דאָס פֿאָלק האָט געטאָן אַזױ װי דער דאָזיקער צוזאָג.
14 אױך האָב איך און מײַנע ברידער, פֿון דעם טאָג אָן װאָס מע האָט מיר באַפֿױלן צו זײַן זײער פֿירשט אין לאַנד יהוּדה, פֿון דעם צװאַנציקסטן יאָר און ביזן צװײ און דרײַסיקסטן יאָר פֿון דעם מלך אַרתַּחשַסתּאָ, צװעלף יאָר, נישט געגעסן די שפּײַז פֿון אַ פֿירשט. 15 און די פֿריִערדיקע פֿירשטן װאָס פֿאַר מיר האָבן באַשװערט אױפֿן פֿאָלק, און זײ האָבן גענומען פֿון זײ פֿאַר ברױט און װײַן, אַחוץ פֿערציק שקָלים זילבער; אױך האָבן זײערע יונגען געװעלטיקט איבער דעם פֿאָלק. אָבער איך האָב נישט געטאָן אַזױ, פֿון יִרְאַת אלֹקים. 16 און אױך בײַ דער אַרבעט פֿון דער דאָזיקער מױער האָב איך צוגעלײגט אַ האַנט, הגם קײן פֿעלד האָבן מיר נישט געקױפֿט; און אַלע מײַנע יונגען זײַנען געװען אײַנגעזאַמלט דאָרטן בײַ דער אַרבעט. 17 און די ייִדן, און די פֿאָרשטײער, הונדערט און פֿופֿציק מאַן, און די װאָס זײַנען צו אונדז געקומען פֿון די פֿעלקער װאָס אַרום אונדז, זײַנען געװען בײַ מײַן טיש. 18 און װאָס איז צוגעגרײט געװאָרן פֿאַר אײן טאָג, איז געװען: אײן אָקס, זעקס געקליבענע שאָף; אױך עוֹפֿות זײַנען צוגעגרײט געװאָרן בײַ מיר; און אַלע צען טעג אַלערלײ װײַן לרובֿ. און פֿון דעסט װעגן האָב איך נישט פֿאַרלאַנגט די שפּײַז פֿון אַ פֿירשט, װײַל דער דינסט איז געװען שװער אױף דעם דאָזיקן פֿאָלק. 19 דערמאָן מיר, ג-ט מײַנער, צום גוטן אַלץ װאָס איך האָב געטאָן פֿאַר דעם דאָזיקן פֿאָלק.