1 און דָוִד איז אַנטלאָפֿן פֿון נָיוֹת אין רָמָה, און ער איז געקומען, און האָט געזאָגט פֿאַר יהוֹנָתָנען: װאָס האָב איך געטאָן? און װאָס איז מײַן פֿאַרברעך, און װאָס איז מײַן חטא פֿאַר דײַן פֿאָטער, װאָס ער זוכט מײַן לעבן? 2 האָט ער צו אים געזאָגט: חלילה! װעסט נישט שטאַרבן. זע, מײַן פֿאָטער טוט נישט אַ גרױסע זאַך אָדער אַ קלײנע זאַך, װוּ ער אַנטפּלעקט נישט מײַן אױער, און פֿאַר װאָס זאָל מײַן פֿאָטער פֿאַרבאָרגן פֿון מיר די דאָזיקע זאַך? עס איז נישט אַזױ. 3 האָט דָוִד װידער געשװאָרן, און געזאָגט: װײסן װײסט דײַן פֿאָטער אַז איך האָב געפֿונען חן אין דײַנע אױגן, און ער קלערט: זאָל יהוֹנָתָן דערפֿון נישט װיסן, כּדי ער זאָל זיך נישט קלעמען. אָבער אַזױ װי ה׳ לעבט, און אַזױ װי דײַן זעל לעבט, אַז אַזױ װי אַ טריט איז צװישן מיר און צװישן טױט! 4 האָט יהוֹנָתָן געזאָגט צו דָוִדן: װאָס װיל דײַן זעל, איך זאָל פֿאַר דיר טאָן? 5 האָט דָוִד געזאָגט צו יהוֹנָתָנען: אָט איז מאָרגן ראָש-חודש, װען זיצן דאַרף איך זיצן מיטן מלך צום עסן; זאָלסטו מיך לאָזן גײן, און איך װעל זיך באַהאַלטן אין פֿעלד ביז צו דעם דריטן אָװנט. 6 אױב נאָכפֿרעגן װעט זיך נאָכפֿרעגן דײַן פֿאָטער אױף מיר, זאָלסטו זאָגן: אָפּבעטן האָט זיך אָפּגעבעטן דָוִד בײַ מיר, כּדי אַריבערצולױפֿן אין זײַן שטאָט בֵית-לֶחֶם, װאָרעם די יערלעכע אָפּפֿערשלאַכטונג איז דאָרטן בײַ דער גאַנצער משפּחה. 7 אױב ער װעט אַזױ זאָגן: גוט! איז פֿריד צו דײַן קנעכט; אױב אָבער צערענען װעט ער צערענען, זײַ װיסן אַז שלעכטס איז באַשלאָסן בײַ אים. 8 און זאָלסט טאָן חֶסֶד מיט דײַן קנעכט, װאָרעם אין אַ ברית פֿון ה׳ האָסטו געבראַכט דײַן קנעכט מיט דיר; און אױב אין מיר איז דאָ אַ פֿאַרברעך, טײט מיך דו; און נאָך װאָס דען זאָלסטו מיך ברענגען צו דײַן פֿאָטער? 9 האָט יהוֹנָתָן געזאָגט: חלילה דיר! װאָרעם אױב דערװיסן װעל איך זיך דערװיסן אַז בײַ מײַן פֿאָטער איז באַשלאָסן, דיר זאָל געשען בײז, צי װעל איך דאָס דיר נישט דערצײלן?
10 האָט דָוִד געזאָגט צו יהוֹנָתָנען: װער װעט מיר דערצײלן אױב דײַן פֿאָטער װעט דיר ענטפֿערן האַרט? 11 האָט יהוֹנָתָן געזאָגט צו דָוִדן: קום, און לאָמיר אַרױסגײן אין פֿעלד. זײַנען זײ בײדע אַרױסגעגאַנגען אין פֿעלד. 12 און יהוֹנָתָן האָט געזאָגט צו דָוִדן: בײַ ה׳ דעם אלוקי יִשׂרָאֵל! אַז איך װעל אױספֿאָרשן מײַן פֿאָטער מאָרגן אָדער איבער מאָרגן אין דער דריטן טאָג, ערשט ער איז גוט צו דָוִדן, צי װעל איך דענצמאָל נישט שיקן צו דיר, און אַנטפּלעקן דײַן אױער? 13 זאָל ה׳ טאָן צו יהוֹנָתָנען אַזױ און נאָך מער! אױב מײַן פֿאָטער װעט װױלגעפֿעלן צו ברענגען אױף דיר שלעכט, װעל איך אַנטפּלעקן דײַן אױער און װעל דָוִד אַװעקשיקן, און װעסט גײן בשלום, און ה׳ װעט זײַן מיט דיר אַזױ װי ער איז געװען מיט מײַן פֿאָטער. 14 און נישט נאָר װען איך לעב נאָך – נישט נאָר זאָלסטו טאָן מיט מיר אַ ה׳ס חֶסֶד, אַז איך זאָל נישט שטאַרבן;
15 נײַערט זאָלסט נישט אָפּשנײַדן דײַן חֶסֶד פֿון מײַן הױז ביז אײביק; נישט צו מאָל װען ה׳ װעט פֿאַרשנײַדן דָוִדס פֿײַנט ביז אײנעם פֿון דעם געזיכט פֿון דער ערד.
16 און יהוֹנָתָן האָט געשלאָסן אַ ברית מיט דעם הױז פֿון דָוִדן: זאָל ה׳ אױפֿמאָנען פֿון דער האַנט פֿון דָוִדס פֿײַנט! 17 און יהוֹנָתָן האָט װידער באַשװאָרן דָוִדן בײַ זײַן ליבשאַפֿט צו אים, װאָרעם ליב װי זײַן זעל האָט ער אים ליב געהאַט. 18 און יהוֹנָתָן האָט צו אים געזאָגט: מאָרגן איז ראָש-חודש, און דו װעסט פֿעלן, װײַל דײַן זיץ װעט זײַן לײדיק. 19 און אױף דעם דריטן טאָג זאָלסטו גיך אַראָפּנידערן, און קומען צו דעם אָרט װאָס דו האָסט זיך דאָרטן באַהאַלטן װען די דאָזיקע צרות האָט זיך אָנגעהױבן, און זיצן לעבן דעם שטײן אֶזֶל. 20 און איך װעל װאַרפֿן דרײַ פֿײַלן אָן אַ זײַט, אַזױ װי איך װאָלט שיסן אין אַ ציל. 21 און זע, איך װעל שיקן דעם ייִנגל: גײ, געפֿין די פֿײַלן. אױב זאָגן װעל איך זאָגן צום ייִנגל: אָן זײַנען די פֿײַלן אַהער צו צו פֿון דיר, נעם עס, טאָ קום, װאָרעם פֿריד איז צו דיר, און עס איז גאָרנישט, אַזױ װי ה׳ לעבט! 22 אױב אָבער איך װעל אַזױ זאָגן צום יונג: אָן זײַנען די פֿײַלן אַהין צו פֿון דיר, גײ אַװעק, װאָרעם ה׳ שיקט דיך אַװעק. 23 און װעגן דער זאַך װאָס מיר האָבן גערעדט, איך און דו, אָט איז ה׳ צװישן מיר און צװישן דיר אױף אײביק.
24 האָט דָוִד זיך באַהאַלטן אין פֿעלד; און אַז עס איז געװען ראָש-חודש, האָט דער מלך זיך געזעצט צום מאָלצײַט עסן. 25 און דער מלך איז געזעסן אױף זײַן זיץ אַזױ װי אַלע מאָל, אױף דעם זיץ בײַ דער װאַנט; און יהוֹנָתָן איז געשטאַנען, און אַבֿנֵר איז געזעסן בײַם זײַט פֿון שָאולן; און דָוִדס אָרט איז געװען לײדיק. 26 און שָאול האָט גאָרנישט גערעדט אין יענעם טאָג, װאָרעם ער האָט געקלערט: אַ סיבה איז דאָס; ער איז נישט רײן, ער איז אַװדאי אומרײן.
27 און עס איז געװען אױף מאָרגן נאָך ראָש-חודש דעם צװײטן טאָג, און דָוִדס אָרט איז געװען לײדיק, האָט שָאול געזאָגט צו יהוֹנָתָן זײַן זון: פֿאַר װאָס איז נישט געקומען דער זון פֿון יִשַין אי נעכטן אי הײַנט צום מאָלצײַט? 28 האָט יהוֹנָתָן געענטפֿערט שָאולן: אָפּבעטן האָט זיך אָפּגעבעטן דָוִד בײַ מיר קײן בֵית-לֶחֶם; 29 און ער האָט געזאָגט: לאָז מיך גײן, איך בעט דיך, װאָרעם אַן אָפּפֿערשלאַכטונג פֿון דער משפּחה איז בײַ אונדז אין שטאָט, און מײַן ברודער, ער האָט מיר באַפֿױלן; און אַצונד, אױב איך האָב געפֿונען חֵן אין דײַנע אױגן, לאָמיך, איך בעט דיך, זיך אַריבערכאַפּן, און זען מײַנע ברידער. דעריבער איז ער נישט געקומען צום מלכס טיש. 30 האָט געגרימט דער צאָרן פֿון שָאולן אױף יהוֹנָתָנען, און ער האָט צו אים געזאָגט: דו זון פֿון פֿאַרקערטער װידערשפּעניקײט, װײס איך דען נישט, אַז דו האָסט אױסדערװײלט דעם זון פֿון יִשַין, צו דײַן שאַנד און צו דער שאַנד פֿון דײַן מוטערס נאַקעטקײט? 31 װאָרעם כּל-זמן דער זון פֿון יִשַין לעבט אױף דער ערד, װעסט דו און דײַן מלוכה נישט האָבן קײן באַשטאַנד. און אַצונד, שיק און נעם אים צו מיר, װאָרעם טױט קומט אים. 32 האָט יהוֹנָתָן געענטפֿערט זײַן פֿאָטער שָאולן, און האָט צו אים געזאָגט: פֿאַר װאָס זאָל ער געטײט װערן? װאָס האָט ער געטאָן?
33 האָט שָאול אַ װאָרף געטאָן אױף אים דעם שפּיז, אים צו טרעפֿן; און יהוֹנָתָן האָט פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס איז באַשלאָסן בײַ זײַן פֿאָטער צו טײטן דָוִדן.
34 איז יהוֹנָתָן אױפֿגעשטאַנען פֿון טיש אין גרימצאָרן, און ער האָט דעם צװײטן טאָג פֿון חודש נישט געגעסן קײן שפּײַז, װײַל ער האָט זיך געקלעמט װעגן דָוִדן, און װײַל זײַן פֿאָטער האָט אים פֿאַרשעמט. 35 און עס איז געװען אין דער פֿרי, איז יהוֹנָתָן אַרױסגעגאַנגען אין פֿעלד, צו דער צײַט װאָס איז געװען אָפּגעמאַכט מיט דָוִדן, און אַ קלײן ייִנגל איז געװען מיט אים. 36 און ער האָט געזאָגט צו זײַן ייִנגל: לױף, געפֿין אַקאָרשט די פֿײַלן װאָס איך װאַרף. איז דער ייִנגל געלאָפֿן, און ער האָט געװאָרפֿן אַ פֿײַל אים אַריבערצױאָגן. 37 און װי דער ייִנגל איז צוגעקומען צו דעם אָרט פֿון דער פֿײַל װאָס יהוֹנָתָן האָט געװאָרפֿן, אַזױ האָט יהוֹנָתָן נאָכגערופֿן דעם ייִנגל, און געזאָגט: די פֿײַל איז דאָך אַהין צו פֿון דיר. 38 און יהוֹנָתָן האָט נאָכגערופֿן דעם ייִנגל: גיכער, אײַל זיך, זאָלסט זיך נישט אָפּשטעלן. און יהוֹנָתָנס ייִנגל האָט אױפֿגעקליבן די פֿײַלן, און איז געקומען צו זײַן האַר.
39 און דער ייִנגל האָט פֿון גאָרנישט געװוּסט, נאָר יהוֹנָתָן און דָוִד האָבן געװוּסט פֿון דער זאַך. 40 האָט יהוֹנָתָן געגעבן זײַן װאַפֿן צו זײַן ייִנגל, און האָט צו אים געזאָגט: גײ, ברענג זײ אין שטאָט.
41 װי דער ייִנגל איז אַװעקגעגאַנגען, אַזױ איז דָוִד אױפֿגעשטאַנען פֿון דָרום-זײַט, און ער איז געפֿאַלן אױף זײַן פּנים צו דער ערד, און האָט זיך געבוקט דרײַ מאָל. און זײ האָבן געקושט אײנער דעם אַנדערן, און געװײנט אײנער מיטן אַנדערן, ביז דָוִד האָט מער געװײנט.
42 און יהוֹנָתָן האָט געזאָגט צו דָוִדן: גײ בשלום; װאָס מיר האָבן זיך בײדע געשװאָרן בײַם נאָמען פֿון ה׳, אַזױ צו זאָגן: ה׳ זאָל זײַן צװישן מיר און צװישן דיר, און צװישן מײַן זאָמען און צװישן דײַן זאָמען ביז אײביק.