Publicidade

1 Samuel 13

1 … יאָר איז שָאול אַלט געװען אַז ער איז געװאָרן מלך און צװײ יאָר האָט ער געקיניגט איבער יִשׂרָאֵל.

2 און שָאול האָט זיך אױסגעקליבן דרײַ טױזנט מאַן פֿון יִשׂרָאֵל, און צװײ טױזנט זײַנען געװען מיט שָאולן אין מִכמָש און אױף דעם באַרג פֿון בֵית-אֵל, און טױזנט זײַנען געװען מיט יוֹנָתָנען אין גבֿעת-בנימין. און דאָס איבעריקע פֿאָלק האָט ער אַװעקגעשיקט איטלעכן צו זײַנע געצעלטן.

3 און יוֹנָתָן האָט געשלאָגן די װאַך פֿון די פּלִשתּים װאָס אין גֶבַֿע, און די פּלִשתּים האָבן דערהערט. און שָאול האָט געבלאָזן אין שופֿר דורכן גאַנצן לאַנד, אַזױ צו זאָגן: זאָלן די עִבֿרים הערן! 4 און גאַנץ יִשׂרָאֵל האָבן געהערט, אַזױ צו זאָגן: שָאול האָט געשלאָגן די װאַך פֿון די פּלִשתּים, און יִשׂרָאֵל האָט זיך אױך פֿאַרמיאוסט בײַ די פּלִשתּים; און דאָס פֿאָלק האָט זיך אײַנגעזאַמלט הינטער שָאולן קײן גִלגָל. 5 און די פּלִשתּים האָבן אײַנגעזאַמלט מלחמה צו האַלטן מיט יִשׂרָאֵל – דרײַסיק טױזנט רײַטװעגן, און זעקס טױזנט רײַטער, און פֿאָלק אַזױ װי דער זאַמד װאָס אױפֿן ברעג פֿון ים אין פֿילקײט; און זײ זײַנען אַרײַגעקומען און האָבן געלאַגערט אין מִכמָש, צו מזרח פֿון בֵית-אָוֶן.

6 און די מענער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געזען אַז זײ זײַנען אין אַ קלעם – װאָרעם דאָס פֿאָלק איז געװען צוגעדריקט – און דאָס פֿאָלק האָט זיך באַהאַלטן אין הײלן, און צװישן דערנער, און אין פֿעלדזן, און אין טורעמס, און אין גריבער. 7 און טײל עִבֿרים זײַנען אַריבערגעגאַנגען דעם יַרדן קײן לאַנד גָד און גִלעָד; אָבער שָאול איז נאָך געװען אין גִלגָל, און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט הינטער אים געציטערט.

8 האָט ער געװאַרט זיבן טעג, ביז דער צײַט װאָס שמוּאֵל, אָבער שמוּאֵל איז נישט געקומען קײן גִלגָל. און דאָס פֿאָלק איז צעלאָפֿן פֿון אים. 9 האָט שָאול געזאָגט: גענענט צו מיר דאָס בראַנדאָפּפֿער און דאָס פֿרידאָפּפֿער; און ער האָט אױפֿגעבראַכט דאָס בראַנדאָפּפֿער. 10 און עס איז געװען, װי ער ענדיקט אױפֿברענגען דאָס בראַנדאָפּפֿער, ערשט שמוּאֵל קומט אָן; און שָאול איז אים אַרױסגעגאַנגען אַנטקעגן אים צו באַגריסן. 11 האָט שמוּאֵל געזאָגט: װאָס האָסטו געטאָן? האָט שָאול געזאָגט: אַז איך האָב געזען אַז דאָס פֿאָלק איז צעלאָפֿן פֿון מיר, און דו ביסט נישט געקומען אין די אָפּגערעדטע טעג, און די פּלִשתּים זײַנען אײַנגעזאַמלט אין מִכמָש, 12 אַזױ האָב איך געזאָגט: אַצונד װעלן די פּלִשתּים אַראָפּנידערן צו מיר קײן גִלגָל, און צו ה׳ האָב איך נישט געבעטן; און איך האָב מיך אײַנגעשטעלט, און האָב אױפֿגעבראַכט דאָס בראַנדאָפּפֿער. 13 האָט שמוּאֵל געזאָגט צו שָאולן: נאַריש האָסטו געטאָן; האָסט נישט געהיט דעם באַפֿעל פֿון ה׳ זײַן ג-ט װאָס ער האָט דיר באַפֿױלן; װאָרעם ה׳ װאָלט אַצונד באַפֿעסטיקט דײַן מלוכה איבער יִשׂרָאֵל אױף אײביק. 14 אַצונד אָבער װעט דײַן מלוכה נישט באַשטײן. ה׳ האָט זיך אױסגעזוכט אַ מאַן נאָך זײַן האַרצן, און ה׳ האָט אים באַפֿױלן פֿאַר אַ פֿירשט איבער זײַן פֿאָלק, װײַל דו האָסט נישט געהיט װאָס ה׳ האָט דיר באַפֿױלן.

15 און שמוּאֵל איז אױפֿגעשטאַנען און איז אַװעק פֿון גִלגָל קײן גבֿעת-בנימין. און שָאול האָט איבערגעצײלט דאָס פֿאָלק װאָס האָט זיך געפֿונען בײַ אים, אַרום זעקס הונדערט מאַן. 16 און שָאול און זײַן זון יוֹנָתָן, און דאָס פֿאָלק װאָס האָט זיך געפֿונען בײַ זײ, זײַנען געזעסן אין גֶבַֿע-בנימין, און די פּלִשתּים האָבן געלאַגערט אין מִכמָש. 17 און די פֿאַרװיסטער זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון לאַגער פֿון די פּלִשתּים אין דרײַ מחנות; אײן מחנה האָט זיך פֿאַרקערט אױפֿן װעג פֿון עָפֿרָה, צום לאַנד שועָל, 18 און אײן מחנה האָט זיך פֿאַרקערט אױפֿן װעג פֿון בֵית-חוֹרוֹן, און אײן מחנה האָט זיך פֿאַרקערט אױפֿן װעג פֿון געמאַרק, װאָס קוקט אַרױס אױפֿן טאָל צבֿוֹעים, צום מדבר צו.

19 און אַ שמיד האָט זיך נישט געפֿונען אין גאַנצן לאַנד יִשׂרָאֵל, װאָרעם די פּלִשתּים האָבן געזאָגט: טאָמער װעלן די עִבֿרים מאַכן אַ שװערד אָדער אַ שפּיז. 20 און גאַנץ יִשׂרָאֵל האָבן גענידערט צו די פּלִשתּים צו שאַרפֿן איטלעכער זײַן אַקעראײַזן, און זײַן גראָבאײַזן, און זײַן האַק, און זײַן רידל. 21 און פֿאַרן אָנפֿײַלן איז געװען אַ פּים, פֿאַר די רידלען, און פֿאַר די גראָבאײַזנס, און פֿאַרן דרײַשפּיץ, און פֿאַר די העק; דאָס גלײַכן פֿאַר אָנשטעלן דעם טרײַבשטעכער. 22 אַזױ איז געשען, אַז אין טאָג פֿון מלחמה האָט זיך נישט געפֿונען אַ שװערד אָדער אַ שפּיז אין דער האַנט פֿון דעם גאַנצן פֿאָלק װאָס מיט שָאולן און מיט יוֹנָתָנען; נאָר בײַ שָאולן און בײַ יוֹנָתָן זײַן זון האָט זיך געפֿונען.

23 און די װאַך פֿון די פּלִשתּים איז אַרױסגעגאַנגען צום איבערפֿאָר פֿון מִכמָש.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-