1 און ער איז אױפֿגעשטאַנען און איז אַװעקגעגאַנגען; און יהוֹנָתָן איז אַרײַן אין שטאָט.
2 און דָוִד איז געקומען קײן נוֹבֿ צו אַחימֶלֶך דעם כּהן, און אַחימֶלֶך האָט געציטערט דָוִדן אַנטקעגן, און האָט צו אים געזאָגט: פֿאַר װאָס ביסטו אַלײן, און קײנער איז נישט מיט דיר? 3 האָט דָוִד געזאָגט צו אַחימֶלֶך דעם כּהן: דער מלך האָט מיר באַפֿױלן אַ זאַך, און האָט צו מיר געזאָגט: קײנער זאָל גאָרנישט װיסן פֿון דער זאַך װעגן װאָס איך שיק דיך, און װאָס איך האָב דיר באַפֿױלן; און די יונגען האָב איך באַשטעלט אין יענעם און יענעם אָרט. 4 און אַצונד, װאָס איז דאָ אונטער דײַן האַנט? גיב אין מײַן האַנט אַ פֿינף ברױטן, אָדער װאָס עס געפֿינט זיך. 5 האָט דער כּהן געענטפֿערט דָוִדן, און האָט געזאָגט: װאָכעדיק ברױט איז נישטאָ אונטער מײַן האַנט, נאָר בלױז הײליק ברױט איז דאָ, אױב די יונגען האָבן זיך נאָר אָפּגעהיט פֿון אַ װײַב. 6 האָט דָוִד געענטפֿערט דעם כּהן, און האָט צו אים געזאָגט: פֿאַר װאָר, אַ װײַב איז פֿאַרמיטן פֿון אונדז אַזױ װי אַלע מאָל אַז איך גײ אַרױס; און די כּלים פֿון די יונגען װערן געהאַלטן הײליק; און דאָס איז דער שטײגער מיט װאָכעדיקן, און װי שױן הײַנט, אַז הײליקס װעט זײַן אין דער כּלי! 7 האָט אים דער כּהן געגעבן הײליקס; װאָרעם דאָרטן איז נישט געװען קײן ברױט, נאָר בלױז דאָס ברױט פֿון אָנגעזיכט װאָס איז אַראָפּגענומען געװאָרן פֿון פֿאַר ה׳, כּדי אַװעקצולײגן װאַרעם ברױט, אין דעם טאָג װאָס עס איז אַװעקגענומען געװאָרן.
8 און דאָרטן איז געװען אַ מאַן פֿון שָאולס קנעכט אין יענעם טאָג װאָס האָט זיך אױפֿגעהאַלטן פֿאַר ה׳, און זײַן נאָמען איז געװען דוֹאֵג דער אַדוֹמי, דער הױפּט פֿון די פּאַסטוכער װאָס בײַ שָאולן. 9 און דָוִד האָט געזאָגט צו אַחימֶלֶכן: און איז נישטאָ דאָ אונטער דײַן האַנט אַ שפּיז אָדער אַ שװערד? װאָרעם אַפֿילו מײַן שװערד, און אַפֿילו מײַנע װאַפֿן, האָב איך נישט מיטגענומען מיט זיך, װײַל די זאַך פֿון דעם מלך איז געװען אײַליק. 10 האָט דער כּהן געזאָגט: די שװערד פֿון גָליַת דעם פּלִשתּי װאָס דו האָסט געשלאָגן אין טאָל אֵלָה, אָן איז זי אײַנגעװיקלט אין אַ טוך הינטער דעם אֵפֿוֹד; אױב דו װילסט זי דיר נעמען, נעם, װאָרעם קײן אַנדערע חוץ איר איז דאָ נישטאָ. האָט דָוִד געזאָגט: נישטאָ איר גלײַכן; גיב זי מיר.
11 און דָוִד איז אױפֿגעשטאַנען, און איז אַנטלאָפֿן אין יענעם טאָג פֿון שָאולן, און איז געקומען צו אָכיש דעם מלך פֿון גַת. 12 האָבן די קנעכט פֿון אָכישן געזאָגט צו אים: איז דאָס נישט דָוִד דער מלך פֿון לאַנד? האָט מען נישט אױף דעם דאָזיקן געזונגען מיט טענץ, אַזױ צו זאָגן:
שָאול האָט געשלאָגן אין זײַנע טױזנטן,
און דָוִד אין זײַנע צענטױזנטן?
13 האָט דָוִד זיך אַרײַנגענומען די דאָזיקע װערטער אין האַרצן, און ער האָט זײער מורא געהאַט פֿאַר אָכיש דעם מלך פֿון גַת. 14 האָט ער געביטן זײַן שׂכל פֿאַר זײערע אױגן, און האָט זיך משוגע געמאַכט פֿאַר זײ, און האָט געצײכנט אױף די טירן פֿון טױער, און געלאָזט רינען זײַן שפּײַעכץ אױף זײַן באָרד. 15 האָט אָכיש געזאָגט צו זײַנע קנעכט: אַז איר זעט אַ מענטש איז משוגע, נאָך װאָס ברענגט איר אים צו מיר? 16 צי פֿעלן מיר משוגעים, װאָס איר האָט מיר געבראַכט דעם דאָזיקן צו זײַן משוגע בײַ מיר? זאָל דער דאָזיקער קומען אין מײַן הױז?