Publicidade

1 Samuel 26

1 און די זיפֿער זײַנען געקומען צו שָאולן קײן גִבֿעָה, אַזױ צו זאָגן: פֿאַר װאָר, דָוִד באַהאַלט זיך אױף דעם בערגל חַכילֶה פֿאַר ישימוֹן.

2 איז שָאול אױפֿגעשטאַנען, און האָט אַראָפּגענידערט צום מדבר זיף מיט דרײַ טױזנט געקליבענע מענער פֿון יִשׂרָאֵל, צו זוכן דָוִדן אין מדבר זיף. 3 און שָאול האָט געלאַגערט אױפֿן בערגל חַכילֶה װאָס פֿאַר ישימוֹן בײַם װעג. און דָוִד איז געזעסן אין מדבר, און ער האָט געמערקט, אַז שָאול איז געקומען נאָך אים אין מדבר. 4 און דָוִד האָט געשיקט אױסקוקערס, און איז געװאָר געװאָרן אױף געװיס, אַז שָאול איז געקומען. 5 איז דָוִד אױפֿגעשטאַנען, און איז צוגעקומען צו דעם אָרט װאָס שָאול האָט דאָרטן געלאַגערט, און דָוִד האָט געזען דעם אָרט װאָס דאָרטן איז געלעגן שָאול און אַבֿנֵר דער זון פֿון נֵרן, זײַן חיל-לידער. און שָאול איז געלעגן אין לאַגעררינג, און דאָס פֿאָלק האָט געלאַגערט רונד אַרום אים.

6 האָט זיך אָפּגערופֿן דָוִד און האָט געזאָגט צו אַחימֶלֶך דעם חִתּי, און צו אַבֿישַי דעם זון פֿון צרוּיָהן, יוֹאָבֿס ברודער, אַזױ צו זאָגן: װער װיל אַראָפּנידערן מיט מיר צו שָאולן אין לאַגער? האָט אַבֿישַי געזאָגט: איך װעל אַראָפּנידערן מיט דיר.

7 איז געקומען דָוִד און אַבֿישַי צו דעם פֿאָלק בײַ נאַכט, ערשט שָאול ליגט און שלאָפֿט אין לאַגעררינג, און זײַן שפּיז איז אַרײַנגעשטעקט אין דער ערד אים צוקאָפּנס, און אַבֿנֵר און דאָס פֿאָלק ליגן רונד אַרום אים.

8 האָט אַבֿישַי געזאָגט צו דָוִדן: אלֹקים האָט הײַנט איבערגעענטפֿערט דײַן פֿײַנט אין דײַן האַנט; און אַצונד, לאָמיך אַקאָרשט אים אײן מאָל אַ שטאָך טאָן מיטן שפּיז ביז אין דער ערד, און איך װעל אים נישט דאַרפֿן טאָן אַ צװײטן. 9 האָט דָוִד געזאָגט צו אַבֿישַין: זאָלסט אים נישט אומברענגען, װאָרעם װער האָט אױסגעשטרעקט זײַן האַנט אױף דעם געזאַלבטן פֿון ה׳, און איז אָפּגעקומען גלאַט? 10 און דָוִד האָט געזאָגט: אַזױ װי ה׳ לעבט, אַז נאָר ה׳ זאָל אים שלאָגן! ענטװעדער זײַן טאָג װעט קומען, און ער װעט שטאַרבן, אָדער ער װעט נידערן אין מלחמה און אומקומען. 11 באַהיט זאָל איך װערן פֿון ה׳, אױסצושטרעקן מײַן האַנט אױף דעם געזאַלבטן פֿון ה׳. און אַצונד, נעם, איך בעט דיך, דעם שפּיז װאָס בײַ אים צוקאָפּנס, און דעם קרוג װאַסער, און לאָמיר זיך גײן.

12 און דָוִד האָט גענומען דעם שפּיז און דעם קרוג װאַסער פֿון שָאולס צוקאָפּנס, און זײ זײַנען זיך אַװעקגעגאַנגען; און קײנער האָט נישט געזען און נישט געמערקט, און קײנער האָט זיך נישט אױפֿגעכאַפּט, װײַל זײ זײַנען אַלע געשלאָפֿן, װאָרעם אַ שלאָף פֿון ה׳ איז געפֿאַלן אױף זײ.

13 און דָוִד איז אַריבערגעגאַנגען אױף דער אַנדער זײַט, און ער האָט זיך געשטעלט אױפֿן שפּיץ באַרג פֿון דער װײַטן, מיט אַ ברײט אָרט צװישן זײ. 14 און דָוִד האָט גערופֿן צו דעם פֿאָלק און צו אַבֿנֵר דעם זון פֿון נֵרן, אַזױ צו זאָגן: װילסטו נישט ענטפֿערן, אַבֿנֵר? האָט אַבֿנֵר זיך אָפּגערופֿן און האָט געזאָגט: װער ביסטו, װאָס דו רופֿסט צום מלך? 15 האָט דָוִד געזאָגט צו אַבֿנֵרן: דו ביסט דאָך אַ מאַן, און װער איז דײַן גלײַכן אין יִשׂרָאֵל, הײַנט פֿאַר װאָס האָסטו נישט אָפּגעהיט דעם מלך דײַן האַר? װאָרעם אײנער פֿון פֿאָלק איז געקומען אומצוברענגען דעם מלך דײַן האַר. 16 נישט גוט איז די דאָזיקע זאַך װאָס דו האָסט געטאָן. אַזױ װי ה׳ לעבט, אַז טױט זײַט איר װערט, װאָס איר האָט נישט אָפּגעהיט אײַער האַר, דעם געזאַלבטן פֿון ה׳! און אַצונד זע, װוּ איז דער שפּיז פֿון דעם מלך, און דער קרוג װאַסער װאָס איז געװען בײַ אים צוקאָפּנס?

17 האָט שָאול דערקענט דָוִדס קֹול, און ער האָט געזאָגט: איז דאָס דײַן קֹול, מײַן זון דָוִד? האָט דָוִד געזאָגט: מײַן קֹול, מײַן האַר מלך.

18 און ער האָט געזאָגט: פֿאַר װאָס יאָגט זיך מײַן האַר נאָך זײַן קנעכט? װאָס האָב איך דען געטאָן? און װאָס פֿאַר אַ בײז איז אין מײַן האַנט? 19 און אַצונד, זאָל, איך בעט דיך, מײַן האַר דער מלך צוהערן די װערטער פֿון זײַן קנעכט: אױב ה׳ האָט דיך אָנגערײצט אױף מיר, װעט ער אָננעמען אַ קָרבָּן; אױב אָבער מענטשנקינדער, זאָלן זײ זײַן פֿאַרשאָלטן פֿאַר ה׳, װאָס זײ האָבן מיך פֿאַרטריבן הײַנט פֿון זײַן באַהעפֿט אָן דער נחלה פֿון ה׳, אַזױ צו זאָגן: גײ, דין פֿרעמדע ג‑טער. 20 און אַצונד, זאָל מײַן בלוט נישט פֿאַלן צו דער ערד אַװעק פֿון ה׳ס פּנים; װאָרעם דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל איז אַרױסגעגאַנגען זוכן אַן אײנציקע פֿלױ, אַזױ װי מע יאָגט אַ פֿעלדהון אין די בערג.

21 האָט שָאול געזאָגט: איך האָב געזינדיקט; קער זיך אום, מײַן זון דָוִד, װאָרעם איך װעל דיר מער נישט בײז טאָן, דערפֿאַר װאָס מײַן לעבן איז טײַער געװען אין דײַנע אױגן הײַנטיקן טאָג. זע, איך האָב זיך נאַריש באַגאַנגען, און האָב פֿאַרזען זײער פֿיל.

22 האָט זיך אָפּגערופֿן דָוִד און האָט געזאָגט: אָט איז דעם מלכס שפּיז, און זאָל אײנער פֿון די יונגען אַריבערקומען, און אים נעמען.

23 און ה׳ װעט אומקערן איטלעכן זײַן גערעכטיקײט און זײַן טרײַשאַפֿט; װאָרעם ה׳ האָט דיך הײַנט איבערגעענטפֿערט אין מײַן האַנט, און איך האָב נישט געװאָלט אױסשטרעקן מײַן האַנט אױף דעם געזאַלבטן פֿון ה׳. 24 און אָט אַזױ װי דײַן לעבן איז געװען גרױסגעשאַצט אין מײַנע אױגן הײַנטיקן טאָג, אַזױ זאָל מײַן לעבן זײַן גרױסגעשאַצט אין די אױגן פֿון ה׳, אַז ער זאָל מיך מציל זײַן פֿון יעטװעדער צרה.

25 האָט שָאול געזאָגט צו דָוִדן: געבענטשט זאָלסטו זײַן, מײַן זון דָוִד; אי טאָן װעסטו טאָן, אי אױספֿירן װעסטו אױספֿירן. און דָוִד איז געגאַנגען אױף זײַן װעג, און שָאול האָט זיך אומגעקערט צו זײַן אָרט.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-22_10-02-25-