1 און שמוּאֵל האָט געזאָגט צו שָאולן: מיך האָט ה׳ געשיקט דיך צו זאַלבן פֿאַר אַ מלך איבער זײַן פֿאָלק איבער יִשׂרָאֵל; דערום הער אַצונד צו דעם קֹול פֿון די װערטער פֿון ה׳. 2 אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת. איך געדענק װאָס עַמָלֵק האָט געטאָן צו יִשׂרָאֵל, װי ער האָט זיך אים געשטעלט אין װעג בײַ זײַן אַרױפֿגײן פֿון מִצרַיִם. 3 אַצונד גײ און זאָלסט שלאָגן עַמָלֵק; און איר זאָלט פֿאַרװיסטן אַלץ װאָס ער האָט, און זאָלסט זיך נישט דערבאַרעמען אױף אים, און זאָלסט טײטן פֿון אַ מאַן ביז אַ פֿרױ, פֿון אַ קינד ביז אַ זױגעדיקן, פֿון אַן אָקס ביז אַ שעפּס, פֿון אַ קעמל ביז אַן אײזל.
4 האָט שָאול צונױפֿגערופֿן דאָס פֿאָלק, און ער האָט זײ איבערגעצײלט אין טלָאים, צװײ הונדערט טױזנט פֿוסגײער, און צען טױזנט מאַן פֿון יהוּדה. 5 און שָאול איז געקומען צו דער שטאָט פֿון עַמָלֵק, און ער האָט מלחמה געהאַלטן אין טאָל. 6 און שָאול האָט געזאָגט צום קֵיני: קומט גײט אַװעק, נידערט אַראָפּ פֿון צװישן עַמָלֵק, כּדי איך זאָל דיך נישט אומברענגען מיט אים; און דו האָסט דאָך געטאָן חֶסֶד מיט אַלע קינדער פֿון יִשׂרָאֵל בײַ זײער אַרױפֿגײן פֿון מִצרַיִם. האָט דער קֵיני אָפּגעטרעטן פֿון צװישן עַמָלֵק.
7 און שָאול האָט געשלאָגן עַמָלֵק פֿון חַוִילָה װי דו קומסט קײן שור װאָס פֿאַר מִצרַיִם. 8 און ער האָט געכאַפּט אַגַג דעם מלך פֿון עַמָלֵק אַ לעבעדיקן, און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט ער פֿאַרװיסט מיטן שאַרף פֿון שװערד. 9 אָבער שָאול און דאָס פֿאָלק האָבן זיך געשױנט אַגַגן, און די בעסטע פֿון די שאָף און די רינדער – די צװײטגעבאָרענע, און די לעמער, און דאָס גאַנצע גוטס, און זײ האָבן נישט געװאָלט זײ פֿאַרװיסטן. נאָר אַל דאָס נישטװערטיקע און צעקראָכענע פֿיך, דאָס האָבן זײ פֿאַרװיסט.
10 איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ געװען צו שמוּאֵלן, אַזױ צו זאָגן: 11 איך האָב חרטה װאָס איך האָב געמאַכט שָאולן פֿאַר אַ מלך, װאָרעם ער האָט זיך אָפּגעקערט פֿון הינטער מיר, און מײַנע װערטער האָט ער נישט מקײם געװען. האָט שמוּאֵלן געערגערט, און ער האָט געשריִען צו ה׳ אַ גאַנצע נאַכט. 12 און שמוּאֵל האָט זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי צו באַגעגענען שָאולן. איז אָנגעזאָגט געװאָרן שמוּאֵלן, אַזױ צו זאָגן: שָאול איז געקומען קײן כַּרמֶל, און זע, ער האָט זיך אױפֿגעשטעלט אַן אָנדענק, און האָט זיך אױסגעדרײט, און איז אַװעק און האָט אַראָפּגענידערט קײן גִלגָל. 13 איז שמוּאֵל געקומען צו שָאולן, און שָאול האָט צו אים געזאָגט: געבענטשט זאָלסטו זײַן פֿון ה׳! איך האָב מקײם געװען דאָס װאָרט פֿון ה׳. 14 האָט שמוּאֵל געזאָגט: און װאָס איז דער דאָזיקער קֹול פֿון די שאָף אין מײַנע אױערן, און דער קֹול פֿון די רינדער װאָס איך הער? 15 האָט שָאול געזאָגט: פֿון עַמָלֵק האָט מען זײ געבראַכט, װאָרעם דאָס פֿאָלק האָט געשױנט די בעסטע פֿון די שאָף און די רינדער, כּדי צו שלאַכטן צו ה׳ דײַן ג-ט; אָבער דאָס איבעריקע האָבן מיר פֿאַרװיסט. 16 האָט שמוּאֵל געזאָגט צו שָאולן: הער אױף, און איך װעל דיר זאָגן װאָס ה׳ האָט צו מיר גערעדט די נאַכט. האָט ער צו אים געזאָגט: רעד.
17 האָט שמוּאֵל צו אים געזאָגט: פֿאַר װאָר, אױב דו ביסט קלײן אין דײַנע אױגן, ביסטו אָבער דער קאָפּ פֿון די שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל, און דיך האָט ה׳ געזאַלבט פֿאַר אַ מלך איבער יִשׂרָאֵל. 18 און ה׳ האָט דיך געשיקט אױף אַ װעג, און האָט געזאָגט: גײ און זאָלסט פֿאַרװיסטן די זינדיקע, עַמָלֵק, און זאָלסט האַלטן מלחמה אױף זײ ביז מע װעט זײ פֿאַרלענדן. 19 טאָ פֿאַר װאָס האָסטו נישט צוגעהערט צו דעם קֹול פֿון ה׳, און האָסט זיך אַ לאָז געטאָן צום רױב, און געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳? 20 האָט שָאול געזאָגט צו שמוּאֵלן: איך האָב דאָך צוגעהערט צו דעם קֹול פֿון ה׳, און בין געגאַנגען אױף דעם װעג װאָס ה׳ האָט מיך געשיקט, און האָב געבראַכט אַגַג דעם מלך פֿון עַמָלֵק, און עַמָלֵק האָב איך פֿאַרװיסט. 21 אָבער דאָס פֿאָלק האָט גענומען פֿון דעם רױב שאָף און רינדער, דאָס בעסטע פֿון דעם חרם, כּדי צו שלאַכטן צו ה׳ דײַן ג-ט אין גִלגָל. 22 האָט שמוּאֵל געזאָגט:
באַגערט דען ה׳ בראַנדאָפּפֿער און שלאַכטאָפּפֿער
װי צוהערן צו דעם קֹול פֿון ה׳?
זע, צוהערן איז בעסער פֿון שלאַכטאָפּפֿער.
צו געהאָרכן – פֿון פֿעטס פֿון װידערס;
23 װאָרעם זינד פֿון כּישוף איז װידערשפּעניקײט,
און געצנדינסט און תּרָפֿים איז אײַנגעשפּאַרט זײַן.
װײַל דו האָסט פֿאַראַכט דאָס װאָרט פֿון ה׳,
אַזױ האָט ער דיך פֿאַראַכט פֿון צו זײַן אַ מלך.
24 האָט שָאול געזאָגט צו שמוּאֵל: איך האָב געזינדיקט: איך האָב איבערגעטרעטן דאָס באַפֿעל פֿון ה׳ און דײַנע װערטער, װײַל איך האָב מורא געהאַט פֿאַרן פֿאָלק, און האָב זיך צוגעהערט צו זײער קֹול. 25 און אַצונד, פֿאַרגיב, איך בעט דיך, מײַן זינד, און קער זיך אום מיט מיר, און איך װעל זיך בוקן צו ה׳.
26 האָט שמוּאֵל געזאָגט צו שָאולן: איך װעל זיך נישט אומקערן מיט דיר, װאָרעם דו האָסט פֿאַראַכט דאָס װאָרט פֿון ה׳, און ה׳ האָט דיך פֿאַראַכט פֿון צו זײַן אַ מלך איבער יִשׂרָאֵל.
27 און װי שמוּאֵל האָט זיך אומגעדרײט אַװעקצוגײן, אַזױ האָט אָנגענומען דעם ברעג פֿון זײַן מאַנטל, און ער האָט זיך אָפּגעריסן. 28 האָט שמוּאֵל צו אים געזאָגט: ה׳ האָט הײַנט אָפּגעריסן פֿון דיר די מלוכה פֿון יִשׂרָאֵל, און האָט זי אַװעקגעגעבן צו אַן אַנדערן װאָס איז בעסער פֿון דיר. 29 און דער אײביקער פֿון יִשׂרָאֵל זאָגט אױך נישט ליגן, און האָט נישט חרטה; װאָרעם נישט אַ מענטש איז ער, חרטה צו האָבן.
30 האָט ער געזאָגט: איך האָב געזינדיקט, אָבער אַצונד, טו מיר, איך בעט דיך, דעם כּבֿוד פֿאַר די עלטסטע פֿון מײַן פֿאָלק און פֿאַר יִשׂרָאֵל, און קער זיך אום מיט מיר, און איך װעל זיך בוקן צו ה׳ דײַן ג-ט.
31 האָט שמוּאֵל זיך אומגעקערט נאָך שָאולן, און שָאול האָט זיך געבוקט צו ה׳.
32 און שמוּאֵל האָט געזאָגט: מאַכט גענענען צו מיר אַגַג דעם מלך פֿון עַמָלֵק. איז אַגַג צוגעגאַנגען צו אים אין קײטן. און אַגַג האָט געזאָגט: פֿאַר װאָר, די ביטערקײט פֿון טױט איז געענדיקט.
33 האָט שמוּאֵל געזאָגט: אַזױ װי דײַן שװערד האָט װײַבער אָן קינדער געלאָזט, זאָל צװישן װײַבער דײַן מוטער אָן קינדער בלײַבן. און שמוּאֵל האָט צעהאַקט אַגַגן פֿאַר ה׳ אין גִלגָל.
34 און שמוּאֵל איז אַװעקגעגאַנגען קײן רָמָה, און שָאול איז אַרױפֿגעגאַנגען צו זײַן הױז אין גבֿעת-שָאול. 35 און שמוּאֵל האָט מער נישט געזען שָאולן ביז דעם טאָג פֿון זײַן טױט, װאָרעם שמוּאֵל האָט געטרױערט װעגן שָאולן; און ה׳ האָט חרטה געהאַט װאָס ער האָט געמאַכט שָאולן פֿאַר אַ מלך איבער יִשׂרָאֵל.