Publicidade

1 Samuel 29

1 און די פּלִשתּים האָבן אײַנגעזאַמלט זײערע מחנות קײן אַפֿק; און די יִשׂרָאֵל האָבן געלאַגערט בײַ דעם קװאַל װאָס אין יִזרְעֶאל. 2 און די פֿירשטן פֿון די פּלִשתּים זײַנען פֿאַרבײַגעגאַנגען אין הונדערטן און אין טױזנטן, און דָוִד און זײַנע מענטשן זײַנען פֿאַרבײַגעגאַנגען צולעצט מיט אָכישן.

3 האָבן די האַרן פֿון די פּלִשתּים געזאָגט: װאָס טוען דאָ די דאָזיקע עִבֿרים? האָט אָכיש געזאָגט צו די האַרן פֿון די פּלִשתּים: דאָס איז דאָך דָוִד דער קנעכט פֿון שָאול דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל, װאָס איז בײַ מיר שױן טעג אָדער שױן יאָרן, און איך האָב אין אים קײן שום בײז נישט געפֿונען פֿון דעם טאָג װאָס ער איז צוגעפֿאַלן ביז הײַנטיקן טאָג. 4 האָבן די האַרן פֿון די פּלִשתּים געצערנט אױף אים, און די האַרן פֿון די פּלִשתּים האָבן צו אים געזאָגט: קער אום דעם מאַן, און זאָל ער זיך אומקערן צו זײַן אָרט װאָס דו האָסט אים דאָרטן אַרײַנגעזעצט, און זאָל ער נישט נידערן מיט אונדז אין דער מלחמה, כּדי ער זאָל אונדז נישט זײַן פֿאַר אַ שטער אין דער מלחמה; װאָרעם מיט װאָס װעט דער דאָזיקער זיך איבערבעטן מיט זײַן האַר, אױב נישט מיט די קעפּ פֿון די דאָזיקע מענטשן? 5 איז דאָס נישט דער דָוִד, װאָס מע האָט פֿאַר אים געזונגען מיט טענץ, אַזױ צו זאָגן:

שָאול האָט געשלאָגן אין זײַנע טױזנטן,

און דָוִד אין זײַנע צענטױזנטן?

6 האָט אָכיש גערופֿן דָוִדן, און האָט צו אים געזאָגט: אַזױ װי ה׳ לעבט, אַז דו ביסט רעכטפֿאַרטיק, און דײַן אַרױסגײן און דײַן אַרײַנגײן מיט מיר אין חיל איז גוט אין מײַנע אױגן, װאָרעם איך האָב קײן שלעכטס אין דיר נישט געפֿונען פֿון דעם טאָג װאָס דו ביסט צו מיר געקומען ביז הײַנטיקן טאָג. אָבער אין די אױגן פֿון די פֿירשטן ביסטו נישט װױלגעפֿעלן. 7 און אַצונד קער זיך אום, און גײ בשלום, כּדי זאָלסט נישט טאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון די פֿירשטן פֿון די פּלִשתּים.

8 האָט דָוִד געזאָגט צו אָכישן: אָבער װאָס האָב איך געטאָן, און װאָס האָסטו געפֿונען אין דײַן קנעכט פֿון דעם טאָג װאָס איך בין בײַ דיר ביז הײַנטיקן טאָג, אַז איך זאָל נישט קומען און מלחמה האַלטן אַקעגן די פֿײַנט פֿון מײַן האַר דעם מלך?

9 האָט אָכיש געענטפֿערט און האָט געזאָגט צו דָוִדן: איך װײס אַז דו ביסט גוט אין מײַנע אױגן אַזױ װי אַ מלאך פֿון אלֹקים, אָבער די האַרן פֿון די פּלִשתּים האָבן געזאָגט: ער זאָל נישט אַרױפֿגײן מיט אונדז אין דער מלחמה. 10 און אַצונד, פֿעדער זיך אין דער פֿרי מיט די קנעכט פֿון דײַן האַר װאָס זײַנען געקומען מיט דיר, און װי איר װעט אײַך פֿעדערן אין דער פֿרי, און אײַך װערט ליכטיק, אַזױ גײט אַװעק.

11 האָט דָוִד זיך געפֿעדערט, ער און זײַנע מענטשן, אַװעקצוגײן אין דער פֿרי, זיך אומצוקערן אין לאַנד פֿון די פּלִשתּים. און די פּלִשתּים זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען קײן יִזרְעֶאל.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-