Publicidade

1 Samuel 7

1 און די מענטשן פֿון קִריַת-יְעָרים זײַנען געקומען, און האָבן אַרױפֿגעבראַכט דעם אָרון פֿון ה׳, און אים געבראַכט אין הױז פֿון אַבֿינָדָבֿן אױפֿן בערגל; און אֶלעָזָר זײַן זון האָבן זײ געהײליקט צו היטן דעם אָרון פֿון ה׳.

2 און עס איז געװען: פֿון זינט דעם טאָג װאָס דער אָרון איז פֿאַרבליבן אין קִריַת-יְעָרים האָבן זיך געמערט די טעג. און עס זײַנען געװאָרן צװאַנציק יאָר; און דאָס גאַנצע הױז פֿון יִשׂרָאֵל האָט געבענקט נאָך ה׳. 3 און שמוּאֵל האָט געזאָגט צום גאַנצן הױז פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן: אױב מיט אײַער גאַנצן האַרצן קערט איר אײַך אום צו ה׳, טוט אָפּ די פֿרעמדע ג‑טער פֿון צװישן אײַך, און די עַשְׁתֹּרות, און ברײט אָן אײַער האַרץ צו ה׳, און דינט אים אַלײן, און ער װעט אײַך מציל זײַן פֿון דער האַנט פֿון די פּלִשתּים.

4 האָבן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל אָפּגעטאָן די בַעַל-געטער און די עַשְׁתֹּרות, און זײ האָבן געדינט ה׳ אַלײן. 5 און שמוּאֵל האָט געזאָגט: זאַמלט אײַן גאַנץ יִשׂרָאֵל קײן מִצפָּה, און איך װעל מתפּלל זײַן פֿאַר אײַך צו ה׳.

6 האָבן זײ זיך אײַנגעזאַמלט קײן מִצפָּה, און זײ האָבן געשעפּט װאַסער און אױסגעגאָסן פֿאַר ה׳, און זײ האָבן געפֿאַסט אין יענעם טאָג, און געזאָגט דאָרטן: מיר האָבן געזינדיקט צו ה׳. און שמוּאֵל האָט געמשפּט די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל אין מִצפָּה.

7 און די פּלִשתּים האָבן געהערט, אַז די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן זיך אײַנגעזאַמלט קײן מִצפָּה, און די פֿירשטן פֿון די פּלִשתּים זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען קעגן יִשׂרָאֵל. און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן דערהערט, און האָבן מורא געהאַט פֿאַר די פּלִשתּים. 8 און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געזאָגט צו שמוּאֵלן: זאָלסט נישט אױפֿהערן שרײַען פֿון אונדזערט װעגן צו ה׳ אלוקינו, ער זאָל אונדז העלפֿן פֿון דער האַנט פֿון די פּלִשתּים.

9 האָט שמוּאֵל גענומען אַ מילכלעמעלע, און האָט עס אױפֿגעבראַכט אין גאַנצן אַ בראַנדאָפּפֿער צו ה׳. און שמוּאֵל האָט געשריִען צו ה׳ פֿאַר יִשׂרָאֵל, און ה׳ האָט אים געענטפֿערט.

10 און עס איז געװען, װי שמוּאֵל ברענגט אױף דאָס בראַנדאָפּפֿער, אַזױ האָבן די פּלִשתּים גענענט אױף מלחמה אַקעגן יִשׂרָאֵל; אָבער ה׳ האָט געדונערט מיט גרױס געפּילדער אין יענעם טאָג אױף די פּלִשתּים, און ער האָט זײ פֿאַרטומלט, און זײ זײַנען געשלאָגן געװאָרן פֿאַר יִשׂרָאֵל. 11 און די מענער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון מִצפָּה, און האָבן נאָכגעיאָגט די פּלִשתּים, און זײ געשלאָגן ביז אונטער בֵית-כָּר.

12 און שמוּאֵל האָט גענומען אַ שטײן, און האָט אים אױפֿגעשטעלט צװישן מִצפָּה און צװישן שֵן, און האָט גערופֿן זײַן נאָמען אֶבֿן-עֶזֶר, װאָרעם ער האָט געזאָגט: ביז דאַנען האָט אונדז ה׳ געהאָלפֿן.

13 און די פּלִשתּים זײַנען אונטערטעניק געװאָרן, און זײ זײַנען מער נישט געקומען אין דעם גבֿול פֿון יִשׂרָאֵל. און די האַנט פֿון ה׳ איז געװען אױף די פּלִשתּים אַלע טעג פֿון שמוּאֵלן. 14 און די שטעט װאָס די פּלִשתּים האָבן געהאַט צוגענומען פֿון יִשׂרָאֵל, האָבן זיך אומגעקערט צו יִשׂרָאֵל, פֿון עֶקרוֹן און ביז גַת און זײער געמאַרק האָט יִשׂרָאֵל מציל געװען פֿון דער האַנט פֿון די פּלִשתּים.

און עס איז געװען שלום צװישן יִשׂרָאֵל און צװישן דעם אֶמוֹרי.

15 און שמוּאֵל האָט געמשפּט יִשׂרָאֵל אַלע טעג פֿון זײַן לעבן. 16 און ער פֿלעגט גײן יאָר אײַן יאָר אױס און אַרומגײן קײן בֵית-אֵל, און גִלגָל, און מִצפָּה, און משפּטן יִשׂרָאֵל אין אַלע די דאָזיקע ערטער. 17 און זײַן צוריקקער פֿלעגט זײַן קײן רָמָה, װאָרעם דאָרטן איז געװען זײַן הױז, און דאָרטן האָט ער געמשפּט יִשׂרָאֵל; און ער האָט דאָרטן געבױט אַ מזבח צו ה׳.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-