1 און שָאול האָט גערעדט צו יוֹנָתָן זײַן זון און צו אַלע קנעכט, צו טײטן דָוִדן; אָבער יהוֹנָתָן דער זון פֿון שָאולן האָט זײער געגאַרט דָוִדן. 2 און יהוֹנָתָן האָט דערצײלט דָוִדן, אַזױ צו זאָגן: מײַן פֿאָטער שָאול זוכט דיך צו טײטן. און אַצונד, איך בעט דיך, זײַ אָפּגעהיט אין דער פֿרי, און זאָלסט זיצן אין פֿאַרבאָרגעניש און זיך באַהאַלטן. 3 און איך װעל אַרױסגײן, און װעל שטײן לעבן מײַן פֿאָטער אױף דעם פֿעלד װאָס דו ביסט דאָרטן. און איך װעל רעדן װעגן דיר צו מײַן פֿאָטער, און אַז איך װעל װאָס מערקן, װעל איך דיר זאָגן.
4 און יהוֹנָתָן האָט גערעדט גוטס אױף דָוִדן צו זײַן פֿאָטער שָאולן, און ער האָט צו אים געזאָגט: זאָל דער מלך נישט זינדיקן אַקעגן זײַן קנעכט, אַקעגן דָוִדן, װײַל ער האָט אַקעגן דיר נישט געזינדיקט, און װײַל זײַנע טוּונגען זײַנען געװען זײער גוט פֿאַר דיר. 5 און ער האָט גענומען זײַן לעבן אין זײַן האַנט, און האָט געשלאָגן דעם פּלִשתּי, און ה׳ האָט געטאָן אַ גרױסע ישועה פֿאַר גאַנץ יִשׂרָאֵל; האָסט עס געזען, און האָסט זיך געפֿרײט. און פֿאַר װאָס זאָלסטו זיך פֿאַרזינדיקן אָן אומשולדיקן בלוט, צו טײטן דָוִדן אומזיסט?
6 האָט שָאול צוגעהערט צו דעם קֹול פֿון יהוֹנָתָנען, און שָאול האָט געשװאָרן: אַזױ װי ה׳ לעבט, אױב ער װעט געטײט װערן!
7 און יהוֹנָתָן האָט גערופֿן דָוִדן, און יהוֹנָתָן האָט אים דערצײלט אַלע די דאָזיקע װערטער. און יהוֹנָתָן האָט געבראַכט דָוִדן צו שָאולן, און ער איז געװען פֿאַר אים אַזױ װי נעכטן-אײערנעכטן.
8 און װידער געװאָרן אַ מלחמה, און דָוִד איז אַרױסגעגאַנגען, און האָט מלחמה געהאַלטן אַקעגן די פּלִשתּים, און ער האָט געשלאָגן צװישן זײ אַ גרױסן שלאַק, און זײ זײַנען אַנטלאָפֿן פֿאַר אים.
9 און אַ בײזער גײַסט פֿון ה׳ איז געקומען אױף שָאולן בעת ער איז געזעסן אין זײַן הױז מיט זײַן שפּיז אין זײַן האַנט; און דָוִד האָט געשפּילט מיט דער האַנט. 10 האָט שָאול געזוכט דורכצושטעכן דָוִדן מיטן שפּיז ביז אין װאַנט, אָבער ער האָט זיך אַרױסגעמאַכט פֿון שָאולן, און ער האָט אַרײַנגעשטאָכן דעם שפּיז אין װאַנט. און דָוִד איז אַנטלאָפֿן און איז אַנטרונען געװאָרן אין יענער נאַכט.
11 האָט שָאול געשיקט שלוחים צו דָוִדס הױז, אים צו היטן, און אים צו טײטן אין דער פֿרי. אָבער זײַן װײַב מִיכל האָט אָנגעזאָגט דָוִדן, אַזױ צו זאָגן: אױב דו ראַטעװעסט נישט דײַן נפֿש די נאַכט, װערסטו מאָרגן געטײט.
12 און מִיכל האָט אַראָפּגעלאָזט דָוִדן דורכן פֿענצטער, און ער איז אַװעק און איז אַנטלאָפֿן און אַנטרונען געװאָרן. 13 און מִיכל האָט גענומען דעם תּרָפֿים, און אַרױפֿגעלײגט אױפֿן בעט, און אַ געשטריק פֿון ציגנהאָר האָט זי אים געלײגט צו קאָפּנס, און איבערגעדעקט מיט אַ בגד. 14 און אַז שָאול האָט געשיקט שלוחים צו נעמען דָוִדן, האָט זי געזאָגט: ער איז קראַנק.
15 האָט שָאול געשיקט שלוחים צו זען דָוִדן, אַזױ צו זאָגן: ברענגט אים אַרױף מיטן בעט צו מיר, אים צו טײטן. 16 זײַנען די שלוחים געקומען, ערשט דער תּרָפֿים איז אױפֿן בעט, און דאָס געשטריק פֿון ציגנהאָר אים צוקאָפּנס.
17 האָט שָאול געזאָגט צו מִיכלען: פֿאַר װאָס האָסטו מיך אַזױ אָפּגענאַרט, און האָסט אַװעקגעלאָזט מײַן שׂונא, און ער איז אַנטרונען געװאָרן? האָט מִיכל געזאָגט צו שָאולן: ער האָט צו מיר געזאָגט: לאָז מיך אַװעק, נאָך װאָס זאָל איך דיך טײטן?
18 און דָוִד איז אַנטלאָפֿן און אַנטרונען געװאָרן, און ער איז געקומען צו שמוּאֵלן קײן רָמָה, און האָט אים דערצײלט אַלץ װאָס שָאול האָט אים געטאָן. און ער און שמוּאֵל זײַנען געגאַנגען און האָבן זיך באַזעצט אין נָיוֹת.
19 איז אָנגעזאָגט געװאָרן שָאולן, אַזױ צו זאָגן: זע, דָוִד איז אין נָיוֹת אין רָמָה. 20 און שָאול האָט געשיקט שלוחים צו נעמען דָוִדן. האָבן זײ געזען דאָס געזעמל נבֿיאים נבֿיאות זאָגן, און שמוּאֵל שטײט געשטעלט איבער זײ; און דער גײַסט פֿון אלֹקים איז געװען אױף די שלוחים פֿון שָאולן, און זײ אױך האָבן נבֿיאות געזאָגט.
21 האָט מען אָנגעזאָגט שָאולן, און ער האָט געשיקט אַנדערע שלוחים. האָבן זײ אױך נבֿיאות געזאָגט. האָט שָאול װידער געשיקט דריטע שלוחים, און זײ אױך האָבן נבֿיאות געזאָגט.
22 איז ער אױך געגאַנגען קײן רָמָה, און ער איז געקומען ביז דער גרױסער גרוב װאָס אין שֵׂכוּ, און האָט זיך נאָכגעפֿרעגט און געזאָגט: װוּ זײַנען שמוּאֵל און דָוִד? האָט מען אים געזאָגט: אָן, אין נָיוֹת אין רָמָה.
23 איז ער אַװעק אַהין קײן נָיוֹת אין רָמָה, און אױך אױף אים איז געװען דער גײַסט פֿון אלֹקים, און ער איז געגאַנגען און גײענדיק נבֿיאות געזאָגט, ביז ער איז געקומען קײן נָיוֹת אין רָמָה. 24 און ער אױך האָט אױסגעטאָן זײַנע קלײדער, און ער אױך האָט נבֿיאות געזאָגט פֿאַר שמוּאֵלן, און איז געלעגן אַ נאַקעטער יענעם גאַנצן טאָג, און די גאַנצע נאַכט. דעריבער זאָגט מען: איז אױך שָאול צװישן די נבֿיאים?