Publicidade

1 Crônicas 19

1 און עס איז געװען נאָך דעם, איז געשטאָרבן נָחש דער מלך פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן, און זײַן זון איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט. 2 האָט דָוִד געזאָגט: לאָמיך טאָן אַ פֿרײַנדלעכקײט מיט חָנון דעם זון פֿון נָחשן, װאָרעם זײַן פֿאָטער האָט געטאָן אַ פֿרײַנדלעכקײט מיט מיר. און דָוִד האָט געשיקט שלוחים אים צו טרײסטן נאָך זײַן פֿאָטער, און דָוִדס קנעכט זײַנען געקומען אין לאַנד פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן צו חנונען, אים צו טרײסטן.

3 האָבן די האַרן פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן געזאָגט צו חָנונען: מײנסטו אַז דָוִד װיל טאָן כּבֿוד דײַן פֿאָטער, װאָס ער האָט געשיקט צו דיר טרײסטער? דאָך נאָר אױסצופֿאָרשן און דורכצונישטערן און אױסצוקוקן דאָס לאַנד זײַנען זײַנע קנעכט געקומען צו דיר.

4 האָט חָנון גענומען דָוִדס קנעכט, און האָט זײ אָפּגעגאָלט, און אָפּגעשניטן זײערע קלײדער אין העלפֿט, ביזן דיך, און האָט זײ אַװעקגעשיקט.

5 איז מען געקומען און מע האָט אָנגעזאָגט דָוִדן װעגן די מענטשן, און ער האָט זײ געשיקט אַנטקעגן, װאָרעם די מענטשן האָבן זיך זײער געשעמט. און דער מלך האָט געלאָזט זאָגן: זיצט אין יריחוֹ ביז אײַערע בערד װעלן אָפּװאַקסן, און איר װעט זיך אומקערן.

6 האָבן די קינדער פֿון עַמוֹן געזען אַז זײ האָבן זיך פֿאַרמיאוסט בײַ דָוִדן, און חָנון און די קינדער פֿון עַמוֹן האָבן געשיקט טױזנט צענטנער זילבער, כּדי זיך אָנצודינגען פֿון אַרַם-נַהרַיִם, און פֿון אַרַם-מַעֲכָה, און פֿון צוֹבֿה, רײַטװעגן און רײַטער. 7 און זײ האָבן זיך אָנגעדונגען צװײ און דרײַסיק טױזנט רײַטװעגן, און דעם מלך פֿון מַעֲכָה, און זײַן פֿאָלק, און זײ זײַנען געקומען, און האָבן געלאַגערט פֿאַר מֵידבֿאָ. און די קינדער פֿון עַמוֹן האָבן זיך אײַנגעזאַמלט פֿון זײערע שטעט, און זײַנען געקומען אױף מלחמה.

8 און דָוִד האָט געהערט, און ער האָט געשיקט יוֹאָבֿן, און דעם גאַנצן חיל פֿון די גיבוֹרים.

9 און די קינדער פֿון עַמוֹן זײַנען אַרױסגעגאַנגען, און האָבן אָנגעריכט אַ מלחמה בײַם אײַנגאַנג פֿון שטאָט; און די מלכים װאָס זײַנען געקומען, זײַנען געװען באַזונדער אין פֿעלד. 10 און יוֹאָבֿ האָט געזען אַז דער פֿראָנט פֿון דער מלחמה איז קעגן אים פֿון פֿאָרנט און פֿון הינטן; האָט ער אױסגעקליבן פֿון אַלע געקליבענע פֿון יִשׂרָאֵל, און אױסגעשטעלט אַקעגן אַרָם. 11 און דאָס איבעריקע פֿאָלק האָט ער געגעבן אױף דער האַנט פֿון זײַן ברודער אַבֿישַין, און זײ האָבן זיך אױסגעשטעלט אַקעגן די קינדער פֿון עַמוֹן. 12 און ער האָט געזאָגט: אױב אַרָם װעט זײַן שטאַרקער פֿון מיר, װעסטו מיר זײַן צו הילף, און אױב די קינדער פֿון עַמוֹן װעלן זײַן שטאַרקער פֿון דיר, װעל איך דיך העלפֿן. 13 זײַ שטאַרק, און לאָמיר זיך שטאַרקן, פֿאַר אונדזער פֿאָלק און פֿאַר די שטעט פֿון אלוקינו; און זאָל ה׳ טאָן װאָס איז גוט אין זײַנע אױגן.

14 און יוֹאָבֿ און דאָס פֿאָלק װאָס מיט אים האָבן גענענט אַנטקעגן אַרָם אױף מלחמה, און זײ זײַנען אַנטלאָפֿן פֿאַר אים. 15 און װי די קינדער פֿון עַמוֹן האָבן געזען אַז אַרָם איז אַנטלאָפֿן, אַזױ זײַנען זײ אױך אַנטלאָפֿן פֿאַר זײַן ברודער אַבֿישַין, און זײַנען אַרײַן אין שטאָט. און יוֹאָבֿ איז אַװעק קײן ירושָלַיִם.

16 און אַרָם האָט געזען אַז זײ זײַנען געשלאָגן פֿאַר יִשׂרָאֵל, און זײ האָבן געשיקט שלוחים, און האָבן אַרױסגעבראַכט אַרָם װאָס פֿון יענער זײַט טײַך, מיט שוֹפֿך דעם חיל-לידער פֿון הַדַדעֶזֶרן זײ פֿאַרױס.

17 איז אָנגעזאָגט געװאָרן דָוִדן, און ער האָט אײַנגעזאַמלט גאַנץ יִשׂרָאֵל, און איז אַריבער דעם יַרדן; און ער איז געקומען צו זײ, און האָט זיך אױסגעשטעלט אַקעגן זײ; און דָוִד האָט אָנגעריכט אַקעגן אַרָם אַ מלחמה, און זײ האָבן מלחמה געהאַלטן מיט אים. 18 און אַרָם איז אַנטלאָפֿן פֿאַר יִשׂרָאֵל, און דָוִד האָט געהרגעט פֿון אַרָם זיבן טױזנט אױף רײַטװעגן, און פֿערציק טױזנט מאַן פֿוסגײער; אױך שוֹפֿך דעם חיל-לידער האָט ער געטײט.

19 און די קנעכט פֿון הַדַדעֶזֶרן האָבן געזען אַז זײ זײַנען געשלאָגן פֿאַר יִשׂרָאֵל, און זײ האָבן געמאַכט שלום מיט דָוִדן, און האָבן אים געדינט. און אַרָם האָט מער נישט געװאָלט העלפֿן די קינדער פֿון עַמוֹן.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-