Publicidade

1 Crônicas 15

1 און ער האָט זיך געמאַכט הײַזער אין דָוִדס-שטאָט, און ער האָט צוגעגרײט אַן אָרט פֿאַר דעם אָרון פֿון האלֹקים, און אױפֿגעשטעלט פֿאַר אים אַ געצעלט. 2 דענצמאָל האָט דָוִד געזאָגט, אַז קײנער זאָל נישט טראָגן דעם אָרון פֿון האלֹקים, נאָר די לוִיִים, װײַל זײ האָט ה׳ אױסדערװײלט צו טראָגן דעם אָרון פֿון ה׳, און אים צו באַדינען אױף אײביק. 3 און דָוִד האָט אײַנגעזאַמלט גאַנץ יִשׂרָאֵל קײן ירושָלַיִם, כּדי אַרױפֿצוברענגען דעם אָרון פֿון ה׳ אױף זײַן אָרט, װאָס ער האָט צוגעגרײט פֿאַר אים. 4 און דָוִד האָט צונױפֿגעקליבן די קינדער פֿון אַהרֹן, און די לוִיִים. 5 פֿון די קינדער פֿון קהָת: אוריאֵל דעם הױפּטמאַן, און זײַנע ברידער, הונדערט און צװאַנציק. 6 פֿון די קינדער פֿון מרָרי: עַשָׂיָה דעם הױפּטמאַן, און זײַנע ברידער, צװײ הונדערט און צװאַנציק. 7 פֿון די קינדער פֿון גֵרשוֹם: יוֹאֵל דעם הױפּטמאַן, און זײַנע ברידער, הונדערט און דרײַסיק. 8 פֿון די קינדער פֿון אֶליצָפֿן: שמַעיָה דעם הױפּט, און זײַנע ברידער, צװײ הונדערט. 9 פֿון די קינדער פֿון חֶבֿרוֹן: אֶליאֵל דעם הױפּטמאַן, און זײַנע ברידער, אַכציק. 10 פֿון די קינדער פֿון עוזיאֵל: עַמינָדָבֿ דעם הױפּטמאַן, און זײַנע ברידער, הונדערט און צװעלף.

11 און דָוִד האָט גערופֿן צָדוֹק און אֶבֿיָתָר די כּהנים, און די לוִיִים, אוריאֵלן, עַשָׂיָהן, און יוֹאֵלן, שמַעיָהן, און אֶליאֵלן, און עַמינָדָבֿן. 12 און ער האָט צו זײ געזאָגט: איר זײַט די הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון די לוִיִים; הײליקט אײַך, איר און אײַערע ברידער, און איר װעט אַרױפֿברענגען דעם אָרון פֿון ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל אַהין װוּ איך האָב צוגעגרײט פֿאַר אים. 13 װאָרעם װײַל איר זײַט נישט געװען דאָס ערשטע מאָל, האָט ה׳ אלוקינו געמאַכט אַ בראָך צװישן אונדז; װאָרעם מיר האָבן אים נישט געזוכט װי געהעריק.

14 האָבן די כּהנים און די לוִיִים זיך געהײליקט, כּדי אַרױפֿצוברענגען דעם אָרון פֿון ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל. 15 און די קינדער פֿון די לוִיִים האָבן געטראָגן דעם אָרון פֿון האלֹקים, אַזױ װי משה האָט באַפֿױלן לױט דעם װאָרט פֿון ה׳, אױף זײער אַקסל מיט שטאַנגען אױף זיך.

16 און דָוִד האָט געהײסן די הױפּטלײַט פֿון די לוִיִים צו שטעלן זײערע ברידער די זינגערס מיט כּלֵי-זֶמֶר, האַרפֿן, און גיטאַרן, און צימבלען, צו שפּילן אױף אַ הױכן קֹול מיט שׂימחה. 17 און די לוִיִים האָבן געשטעלט הֵימָן דעם זון פֿון יוֹאֵלן; און פֿון זײַנע ברידער, אָסָף דעם זון פֿון ברֶכיָהון; און פֿון די קינדער פֿון מרָרי, זײערע ברידער, אֵיתָן דעם זון פֿון קושָיָהון. 18 און מיט זײ זײַנען געװען זײערע ברידער פֿון צװײטן ראַנג: זכַריָהו, און יַעֲזיאֵל, און שמירָמוֹת, און יחיאֵל, און עוני, אֶליאָבֿ, און בנָיָהוּ, און מַעֲשֵׂיָהו, און מַתִּתיָהו, און אֶליפֿלֵהו, און מִקנֵיָהו, און עוֹבֿד-אֶדוֹם, און יעִיאֵל, די טױערלײַט. 19 און די זינגערס, הֵימָן, אָסָף, און אֵיתָן, אױף צו שפּילן מיט קופּערנע צימבלען. 20 און זכַריָה, און עַזיאֵל, און שמירָמוֹת, און יחיאֵל, און עוני, און אֶליאָבֿ, און מַעֲשֵׂיָהו, און בנָיָהוּ, מיט האַרפֿן אױף עַלָמוֹת.

21 און מַתִּתיָהו, אֶליפֿלֵהו, און מִקנֵיָהו, און עוֹבֿד-אֶדוֹם, און יעִיאֵל, און עַזַזיָהו, אױף אָנצופֿירן מיט האַרפֿן אױף שמינית. 22 און כּנַניָהו דער הױפּטמאַן פֿון די לוִיִים איז געװען איבער דעם געזאַנג; ער פֿלעגט זײַן דער האַר בײַם געזאַנג, װאָרעם ער איז געװען אַ קענער.

23 און ברֶכיָה און אֶלקָנָה זײַנען געװען טױערלײַט בײַם אָרון. 24 און שבֿניָהו, און יוֹשָפֿט, און נתַנאֵל, און עַמָשַׂי, און זכַריָהו, און בנָיָהוּ, און אֶליעֶזֶר, די כּהנים, האָבן געטרומײטערט אױף טרומײטן פֿאַר דעם אָרון פֿון האלֹקים; און עוֹבֿד-אֶדוֹם און יחיָה, זײַנען געװען טױערלײַט בײַם אָרון.

25 און דָוִד, און די עלטסטע פֿון יִשׂרָאֵל, און די הױפּטלײַט פֿון די טױזנטן, זײַנען געגאַנגען אַרױפֿצוברענגען דעם אָרון פֿון ה׳ס ברית, פֿון עוֹבֿד-אֶדוֹמס הױז, מיט שׂימחה. 26 און עס איז געװען, אַז ה׳ האָט געהאָלפֿן די לוִיִים װאָס האָבן געטראָגן דעם אָרון פֿון ג-טס ברית, האָבן זײ געשלאַכט זיבן אָקסן און זיבן װידערס. 27 און דָוִד איז געװען אײַנגעװיקלט אין אַ מאַנטל פֿון פֿײַנלײַנען, דעסט גלײַכן אַלע לוִיִים װאָס האָבן געטראָגן דעם אָרון, און די זינגערס, און כּנַניָה דער געזאַנגמײַסטער איבער די זינגערס; און דָוִד האָט אױף זיך געהאַט אַ לײַנענעם אֵפֿוֹד. 28 און גאַנץ יִשׂרָאֵל האָבן אַרױפֿגעבראַכט דעם אָרון פֿון ה׳ס ברית מיט שאַלונג, און מיט אַ קֹול פֿון שופֿר, און מיט טרומײטן, און מיט צימבלען, שפּילנדיק אױף גיטאַרן און האַרפֿן. 29 און עס איז געװען, װי דער אָרון פֿון ה׳ס ברית איז געקומען ביז דָוִדס-שטאָט, האָט מִיכל די טאָכטער פֿון שָאולן אַרױסגעקוקט דורכן פֿענצטער, און זי האָט געזען דעם מלך דָוִד טאַנצן און זיך מאַכן פֿרײלעך, און זי האָט אים פֿאַראַכט אין איר האַרצן.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-