1 און גאַנץ יִשׂרָאֵל האָבן זיך אײַנגעזאַמלט צו דָוִדן קײן חֶבֿרוֹן, אַזױ צו זאָגן: דײַן בײן און דײַן פֿלײש זײַנען מיר דאָך.
2 נאָך פֿון נעכטן און אײערנעכטן, נאָך װען שָאול איז געװען אַ מלך, ביסטו געװען דער װאָס האָט אַרױסגעפֿירט און אַרײַנגעפֿירט יִשׂרָאֵל. און ה׳ דײַן ג-ט האָט צו דיר געזאָגט: דו זאָלסט פֿיטערן מײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל, און דו זאָלסט זײַן אַ פֿירשט איבער מײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל.
3 און אַלע עלטסטע פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען געקומען צום מלך קײן חֶבֿרוֹן, און דָוִד האָט זײ געשלאָסן אַ ברית אין חֶבֿרוֹן פֿאַר ה׳, און זײ האָבן געזאַלבט דָוִדן פֿאַר אַ מלך איבער יִשׂרָאֵל, אַזױ װי ה׳ס װאָרט דורך שמוּאֵלן.
4 און דָוִד און גאַנץ יִשׂרָאֵל זײַנען געגאַנגען קײן ירושָלַיִם, דאָס איז יבֿוס; און דאָרטן זײַנען געװען די יבֿוסים, די באַװױנער פֿון לאַנד. 5 האָבן די באַװױנער פֿון יבֿוס געזאָגט צו דָוִדן: װעסט אַהער נישט קומען. אָבער דָוִד האָט באַצװוּנגען די פֿעסטונג פֿון צִיוֹן, דאָס איז דָוִדס-שטאָט. 6 און דָוִד האָט געזאָגט: װער נאָר עס װעט צוערשט שלאָגן דעם יבֿוסי זאָל װערן פֿאַר אַ הױפּטמאַן און פֿאַר אַ האַר. איז יוֹאָבֿ דער זון פֿון צרוּיָהן אַרױפֿגעגאַנגען צום ערשטן, און ער איז געװאָרן פֿאַר אַ הױפּטמאַן. 7 און דָוִד האָט זיך באַזעצט אין דער פֿעסטונג, דערום האָט מען זי גערופֿן דָוִדס-שטאָט. 8 און ער האָט פֿאַרבױט די שטאָט רונד אַרום, פֿון מִלוֹא ביז רונד אַרום. און יוֹאָבֿ האָט פֿאַרריכט דעם רעשט פֿון דער שטאָט. 9 און דָוִד איז געװאָרן אַלץ גרעסער, און ה׳ צבָֿאוֹת איז געװען מיט אים.
10 און דאָס זײַנען די הױפּט-גיבוֹרים װאָס דָוִד האָט געהאַט, די װאָס האָבן פֿעסט געהאַלטן מיט אים אין זײַן מלוכה, אין אײנעם מיט גאַנץ יִשׂרָאֵל, אים צו מאַכן פֿאַר אַ מלך, אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון ה׳ צו יִשׂרָאֵל. 11 און דאָס איז די צאָל פֿון די גיבוֹרים װאָס דָוִד האָט געהאַט: יָשָבֿעָם דער זון פֿון חכמוֹנין, דער הױפּטמאַן פֿון די עלטסטע; ער האָט אױפֿגעהױבן זײַן שפּיז אױף דרײַ הונדערט, און זײ דערשלאָגן אױף אײן מאָל. 12 און נאָך אים, אֶלעָזָר דער זון פֿון דוֹדוֹן, פֿון אַחוֹח; ער איז געװען פֿון די דרײַ גיבוֹרים. 13 ער איז געװען מיט דָוִדן אין פּס-דַמים, װען די פּלִשתּים האָבן זיך דאָרטן אײַנגעזאַמלט אױף מלחמה; און דאָרטן איז געװען אַ שטיק פֿעלד פֿול מיט גערשטן; און דאָס פֿאָלק איז אַנטלאָפֿן פֿאַר די פּלִשתּים. 14 האָבן זײ זיך געשטעלט אין מיטן פֿון דעם שטיק לאַנד, און האָבן עס מציל געװען; און זײ האָבן געשלאָגן די פּלִשתּים, און ה׳ האָט זײ געהאָלפֿן אַ גרױס הילף.
15 און דרײַ פֿון די דרײַסיק הױפּטלײַט האָבן אַראָפּגענידערט צום פֿעלדז צו דָוִדן אין דער הײל פֿון עַדולָם; און די מחנה פֿון די פּלִשתּים האָט געלאַגערט אין טאָל רפֿאים. 16 און דָוִד איז דענצמאָל געװען אין דער פֿעסטונג, און די װאַך פֿון די פּלִשתּים איז דענצמאָל געװען אין בֵית-לֶחֶם. 17 האָט דָוִד געגלוסט, און ער האָט געזאָגט: װען עמיצער גיט מיר טרינקען װאַסער פֿון דעם ברונעם פֿון בֵית-לֶחֶם װאָס אין טױער! 18 האָבן די דרײַ דורכגעבראָכן אין לאַגער פֿון די פּלִשתּים, און האָבן אָנגעשעפּט װאַסער פֿון דעם ברונעם פֿון בֵית-לֶחֶם װאָס אין טױער, און גענומען און געבראַכט צו דָוִדן. אָבער דָוִד האָט עס נישט געװאָלט טרינקען, און האָט עס אױסגעגאָסן פֿאַר ה׳.
19 און ער האָט געזאָגט: באַהיט מיך מײַן ג-ט פֿון דאָס צו טאָן! דאָס בלוט פֿון די דאָזיקע מענטשן מיט זײער לעבן זאָל איך טרינקען? װאָרעם מיט דער סכּנה פֿון זײער לעבן האָבן זײ עס געבראַכט. און ער האָט עס נישט געװאָלט טרינקען. דאָס האָבן געטאָן די דרײַ גיבוֹרים.
20 און אַבֿישַי דער ברודער פֿון יוֹאָבֿן, ער איז געװען דער הױפּט פֿון די דרײַ; און ער האָט אױפֿגעהױבן זײַן שפּיז אױף דרײַ הונדערט, און זײ דערשלאָגן; און ער האָט געהאַט אַ שם צװישן די דרײַ. 21 פֿון די צװײטע דרײַ איז ער געװען דער אָנגעזעענסטער, און ער איז געװען זײער עלטסטער, אָבער צו די ערשטע דרײַ איז ער נישט געקומען.
22 בנָיָה דער זון פֿון יהוֹיָדָען, דער זון פֿון אַ העלדישן מאַן פֿון פֿיל אױפֿטוען, פֿון קַבֿצְאֵל, ער האָט געשלאָגן די צװײ לײבע שטאַרקע פֿון מוֹאָבֿ, און ער האָט אַראָפּגענידערט, און האָט דערשלאָגן אַ לײב אין אַ גרוב אין אַ טאָג פֿון שנײ. 23 און ער האָט דערשלאָגן אַ מִצרישן מאַן, אַ מאַן פֿון אַ גרױסן װוּקס, פֿינף אײלן; און אין דעם מִצריס האַנט איז געװען אַ שפּיז אַזױ װי דער שטאַנג פֿון װעבער, און ער האָט אַראָפּגענידערט צו אים מיט אַ רוט; האָט ער אַרױסגעריסן דעם שפּיז פֿון דעם מִצריס האַנט, און האָט אים געהרגעט מיט זײַן אײגענעם שפּיז.
24 דאָס האָט געטאָן בנָיָהוּ דער זון פֿון יהוֹיָדָען, און ער האָט געהאַט אַ שם צװישן די דרײַ גיבוֹרים. 25 ער איז געװען מער אָנגעזען פֿון די דרײַסיק, אָבער צו די דרײַ איז ער נישט געקומען. און דָוִד האָט אים אױפֿגעזעצט איבער זײַן לײַבװאַך.
26 און די העלדישע גיבוֹרים זײַנען געװען: עַשָׂהאֵל דער ברודער פֿון יוֹאָבֿן; אֶלחָנָן דער זון פֿון דוֹדוֹן פֿון בֵית-לֶחֶם; 27 שַמוֹת פֿון הַרוֹר; חֶלֶץ פֿון פּלוֹן; 28 עִיראָ דער זון פֿון עִקֵשן פֿון תּקוֹעַ; אַבֿיעֶזֶר פֿון עַנָתוֹת; 29 סִבכַי פֿון חוּשָה; עִילַי פֿון אַחוֹח; 30 מַהרַי פֿון נטוֹפֿה; חֵלֶד דער זון פֿון בַעַנָהן פֿון נטוֹפֿה; 31 אִיתַי דער זון פֿון ריבֿין פֿון גִבֿעָה פֿון די קינדער פֿון בנימין; בנָיָה פֿון פּרעָתוֹן; 32 חורַי פֿון נַחֲלֵי-גַעַש; אַבֿיאֵל פֿון עַרָבֿה; 33 עַזמָוֶת פֿון בַחרום; אֶליַחבאָ פֿון שַעַלבֿון; 34 די זין פֿון יָשֵן פֿון גִזוֹן; יוֹנָתָן דער זון פֿון שָגֵהן פֿון הָרָר; 35 אַחיאָם דער זון פֿון שָׂכָרן פֿון הָרָר; אֶליפֿל דער זון פֿון אורן; 36 חֵפֿר פֿון מכֵרָה; אַחִיָה פֿון פּלוֹן; 37 חצרוֹ פֿון כַּרמֶל; נַעֲרַי דער זון פֿון אֶזבין; 38 יוֹאֵל דער ברודער פֿון נָתָנען; מִבֿחר דער זון פֿון הַגרין; 39 צֶלֶק דער עַמוֹני; נַחרַי פֿון באֵרוֹת, דער װאַפֿנטרעגער פֿון יוֹאָבֿ דעם זון פֿון צרוּיָהן; 40 עִיראָ פֿון יֶתֶר; גָרֵבֿ פֿון יֶתֶר; 41 אוּרִיה דער חִתּי; זָבֿד דער זון פֿון אַחלָין; 42 עַדינאָ דער זון פֿון שיזאָ דעם ראובֿני, אַ הױפּטמאַן פֿון די ראובֿנים, און דרײַסיק מיט אים; 43 חָנָן דער זון פֿון מַעֲכָהן, און יוֹשָפֿט פֿון מֶתֶן; 44 עוזִיאָ פֿון עַשתָּרוֹת; שָמָע, און יעִיאֵל, די זין פֿון חוֹתָמען פֿון עַרוֹעֵר; 45 ידיעֲאֵל דער זון פֿון שִמרין, און יוֹחאָ זײַן ברודער פֿון תּיץ; 46 אֶליאֵל פֿון מַחוִים; און יריבֿי, און יוֹשַוְיָה, די זין פֿון אֶלנַעַמען; און יִתמָה דער מוֹאָבֿי; 47 אֶליאֵל, און עוֹבֿד, און יַעֲשׂיאֵל פֿון מצוֹבֿיָה.