1 און דָוִד האָט אײַנגעזאַמלט אַלע האַרן פֿון יִשׂרָאֵל, די האַרן פֿון די שבֿטים, און די הױפּטלײַט פֿון די אָפּטײלונגען װאָס האָבן באַדינט דעם מלך, און די הױפּטלײַט פֿון די טױזנטן און די הױפּטלײַט פֿון די הונדערטן, און די אױפֿזעערס איבער דעם גאַנצן פֿאַרמעג און פֿיך פֿון מלך און פֿון זײַנע זין, מיט די הױפֿדינער און די גיבוֹרים – איטלעכן העלדישן גיבור – קײן ירושָלַיִם. 2 און דָוִד המלך האָט זיך געשטעלט אױף זײַנע פֿיס, און האָט געזאָגט: הערט מיך צו, מײַנע ברידער און מײַן פֿאָלק; בײַ מיר אין מײַן האַרצן איז געװען צו בױען אַ הױז פֿון רו פֿאַר דעם אָרון פֿון ה׳ס ברית, און פֿאַר אַ פֿוסבענקל פֿאַר אלוקינו, און איך האָב זיך אָנגעברײט צו בױען. 3 אָבער האלֹקים האָט צו מיר געזאָגט: קענסט נישט בױען אַ הױז צו מײַן נאָמען, װאָרעם אַ מענטש פֿון מלחמות ביסטו, און בלוט האָסטו פֿאַרגאָסן. 4 אָבער ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל האָט מיך אױסדערװײלט פֿון דעם גאַנצן הױז פֿון מײַן פֿאָטער צו זײַן אַ מלך איבער יִשׂרָאֵל אױף אײביק; װאָרעם יהוּדהן האָט ה׳ אױסדערװײלט פֿאַר אַ פֿירשט, און אין דעם הױז פֿון יהוּדה, דעם הױז פֿון מײַן פֿאָטער, און צװישן די זין פֿון מײַן פֿאָטער, האָט ער מיך באַגערט, אױף צו מאַכן פֿאַר אַ מלך איבער גאַנץ יִשׂרָאֵל. 5 און פֿון אַלע מײַנע זין – װאָרעם פֿיל זין האָט מיר ה׳ געשאָנקען – האָט ער אױסדערװײלט מײַן זון שלמהן צו זיצן אױף דעם טראָן פֿון ג-טס מלוכה איבער יִשׂרָאֵל. 6 און ער האָט צו מיר געזאָגט: דײַן זון שלמה, ער װעט בױען מײַן הױז און מײַנע הױפֿן, װאָרעם איך האָב אים אױסדערװײלט פֿאַר אַ זון צו מיר, און איך װעל אים זײַן פֿאַר אַ פֿאָטער. 7 און איך װעל באַפֿעסטיקן זײַן מלוכה אױף אײביק, אױב ער װעט זײַן שטאַרק, צו טאָן מײַנע געבאָט און מײַנע געזעצן אַזױ װי הײַנטיקן טאָג. 8 און אַצונד, פֿאַר די אױגן פֿון גאַנץ יִשׂרָאֵל, דער עדה פֿון ה׳, און אין די אױערן פֿון אלוקינו; היט אָפּ און זוכט נאָך אַלע געבאָט פֿון ה׳ אלוקיכם, כּדי איר זאָלט אַרבן דאָס גוטע לאַנד, און לאָזן אין ירושה צו אײַערע קינדער נאָך אײַך ביז אײביק.
9 און דו שלמה מײַן זון, װײס דעם ג-ט פֿון דײַן פֿאָטער, און דין אים מיט אַ גאַנצן האַרצן, און מיט אַ װיליקער זעל, װאָרעם אַלע הערצער פֿאָרשט ה׳, און יעטװעדער טראַכטעניש פֿון די געדאַנקען קען ער; אַז דו װעסט אים זוכן, װעט ער זיך לאָזן געפֿינען פֿון דיר, אָבער אַז דו װעסט אים פֿאַרלאָזן, װעט ער דיך אַװעקװאַרפֿן אױף אײביק. 10 קוק זיך אַרום אַצונד, װאָרעם ה׳ האָט דיך אױסדערװײלט צו בױען אַ הױז פֿאַר אַ מִקדָש; זײ שטאַרק, און טו.
11 און דָוִד האָט געגעבן זײַן זון שלמהן דאָס געמעל פֿון דעם פֿאָדערהױז, און זײַנע בניָנים, און זײַנע שאַצקאַמערן, און זײַנע אײבערשטובן, און זײַנע אינעװײניקסטע חדרים, און דאָס הױז פֿון דעם דעק; 12 און דאָס געמעל פֿון אַלץ װאָס איז געװען בײַ אים אין געדאַנקען דורך דעם רוח הקודש, פֿאַר די הױפֿן פֿון הױז פֿון ה׳, און פֿאַר אַלע קאַמערן רונד אַרום, פֿאַר די שאַצן פֿון הױז פֿון האלֹקים, און פֿאַר די שאַצן פֿון די געהײליקטע זאַכן, 13 און פֿאַר די אָפּטײלונגען פֿון די כּהנים און די לוִיִים, און פֿאַר אַלערלײ אַרבעט פֿון דעם דינסט אין הױז פֿון ה׳, און פֿאַר די כּלים פֿון דעם דינסט אין הױז פֿון אלֹקים.
14 גאָלד אױפֿן װאָג, פֿאַר דעם גאָלד פֿון אַלערלײ כּלים פֿאַר יעטװעדער דינסט; פֿאַר אַלע זילבערנע כּלים, אױפֿן װאָג, פֿאַר אַלערלײ כּלים פֿון יעטװעדער דינסט. 15 און אױפֿן װאָג פֿאַר די גילדערנע מנוֹרות מיט זײערע גילדערנע רערלעך, לױט דער װאָג פֿון איטלעכער מנוֹרה מיט אירע רערלעך; און פֿאַר די זילבערנע מנוֹרות לױט דער װאָג פֿון אַ מנוֹרה מיט אירע רערלעך, װי נאָך דער אַרבעט פֿון איטלעכער מנוֹרה. 16 און גאָלד אױפֿן װאָג פֿאַר די טישן פֿון דער אױסלײגונג, פֿאַר איטלעכן טיש; און זילבער פֿאַר די זילבערנע טישן. 17 און פֿאַר די גאָפּלען, און די שפּרענגבעקנס, און די קאַנען, רײנע גאָלד; און פֿאַר די גילדערנע בעכערס, אױפֿן װאָג פֿאַר איטלעכן בעכער; און פֿאַר די זילבערנע בעכערס, אױפֿן װאָג פֿאַר איטלעכן בעכער. 18 און פֿאַר דעם מזבח פֿון װײַרעך געלײַטערטע גאָלד אױפֿן װאָג; און גאָלד פֿאַר דער געשטאַלט פֿון דעם רײַטװאָגן, די כּרובֿים װאָס שפּרײטן אױס און שירעמען איבער דעם אָרון פֿון ה׳ס ברית. 19 דאָס אַלץ גיב איך דיר אין געשריפֿטס, פֿון דער האַנט פֿון ה׳ װאָס האָט מיך געקליגט; אַלע אַרבעטן פֿון דעם געמעל.
20 און דָוִד האָט געזאָגט צו זײַן זון שלמהן: זײַ שטאַרק און פֿעסט, און טו; זאָלסט נישט מורא האָבן און נישט אַנגסטן, װאָרעם ה׳ אלֹקים, מײַן ג-ט, איז מיט דיר; ער װעט דיך נישט אָפּלאָזן און נישט פֿאַרלאָזן, ביז די גאַנצע אַרבעט פֿאַר דעם דינסט פֿון הױז פֿון ה׳ װעט זײַן געענדיקט. 21 און אָט זײַנען די אָפּטײלונגען פֿון די כּהנים און די לוִיִים פֿאַר יעטװעדער דינסט פֿון הױז פֿון אלֹקים; און דו האָסט מיט זיך פֿאַר יעטװעדער אַרבעט איטלעכן װאָס איז גערנװיליק, מיט קלוגשאַפֿט פֿאַר אַלערלײ אַרבעט; און די האַרן און דאָס גאַנצע פֿאָלק זײַנען צו אַלע דײַנע באַפֿעלן.