1 און דאָס זײַנען די װאָס זײַנען געקומען צו דָוִדן קײן ציקלַג, בעת ער איז נאָך געװען פֿאַרשפּאַרט פֿון װעגן שָאול דעם זון פֿון קישן; און זײ זײַנען געװען צװישן די גיבוֹרים װאָס האָבן געהאָלפֿן אין דער מלחמה; 2 באַװאָפֿנטע מיט בױגנס, װאָס האָבן אי מיט דער רעכטער האַנט אי מיט דער לינקער געקענט װאַרפֿן שטײנער און פֿײַלן פֿון בױגן; פֿון שָאולס ברידער, פֿון בנימין. 3 דער הױפּט אַחיעֶזֶר, און יוֹאָש, די זין פֿון שמָעָהן פֿון גִבֿעָה; און איזיאֵל, און פֶּלֶט, די זין פֿון עַזמָוֶתן; און ברָכָה, און יֵהוּא פֿון עַנָתוֹת; 4 און יִשמַעיָה פֿון גִבֿעוֹן, אַ גיבור פֿון די דרײַסיק, און איבער די דרײַסיק, 5 און יִרמיָה, און יַחזיאֵל, און יוֹחָנָן, און יוֹזָבָֿד פֿון גדֵרָה; 6 אֶלעוזַי, און ירימוֹת, און בעַליָה, און שמַריָהו, און שפֿטיָהו פֿון חריף; 7 אֶלקָנָה, און יִשִיָהו, און עַזַראֵל, און יוֹעֶזֶר, און יָשָבֿעָם, די קָרחים; און 8 יוֹעֵאלָה, און זבֿדיָה די זין פֿון ירוֹחָמען פֿון גדוֹר.
9 און פֿון די גָדים האָבן זיך אָפּגעשײדט צו דָוִדן, צו דער פֿעסטונג אין דער מדבר, העלדישע גיבוֹרים, חיללײַט פֿאַר מלחמה, װאָס האָבן געקענט האַלטן אַ שילד און אַ שפּיז, מיט פּנימער װי פּנימער פֿון לײבן, און אַזױ װי הירשן אױף די בערג אין פֿלינקײט. 10 עֵזֶר דער הױפּט, עוֹבַֿדיָה דער צװײטער, אֶליאָבֿ דער דריטער; 11 מִשמַנָה דער פֿירטער, יִרמיָה דער פֿינפֿטער; 12 עַתַּי דער זעקסטער, אֶליאֵל דער זיבעטער; 13 יוֹחָנָן דער אַכטער, אֶלזָבֿד דער נײַנטער; 14 יִרמיָהו דער צענטנער, מַכבנַי דער עלפֿטער. 15 די דאָזיקע פֿון די קינדער פֿון גָד זײַנען געװען הױפּטלײַט פֿון חיל; דער מינדסטער איבער הונדערט, און דער גרעסטער איבער טױזנט. 16 דאָס זײַנען די װאָס זײַנען אַריבער דעם יַרדן אין ערשטן חודש װען ער איז געװען פֿול איבער אַלע זײַנע ברעגן, און האָבן פֿאַריאָגט אַלע פֿון די טאָלן צו מזרח און צו מערבֿ.
17 און פֿון די קינדער פֿון בנימין און יהוּדה זײַנען געקומען צו דער פֿעסטונג צו דָוִדן. 18 און דָוִד איז זײ אַרױס אַנטקעגן, און ער האָט זיך אָפּגערופֿן און האָט צו זײ געזאָגט: אױב איר זײַט געקומען אױף שלום צו מיר, מיך צו העלפֿן, װעט מײַן האַרץ זײַן אײנס מיט אײַך; אױב אָבער מיך צו פֿאַרנאַרן צו מײַנע פֿײַנט, אָן אַן אומרעכט אין מײַנע הענט, זאָל דער ג-ט פֿון אונדזערע עלטערן צוזען און משפּטן. 19 האָט דער גײַסט אָנגעקלײדט עַמָשַׂי דעם הױפּטמאַן פֿון די עלטסטע:
פֿאַר דיר, דָוִד,
און מיט דיר, זון פֿון יִשַין!
שלום, שלום צו דיר,
און שלום צו דײַנע העלפֿער;
װאָרעם דײַן ג-ט טוט דיך העלפֿן.
האָט זײ דָוִד צוגענומען, און האָט זײ געמאַכט פֿאַר הױפּטלײַט פֿון דער מחנה.
20 אױך פֿון מנַשֶה זײַנען צוגעפֿאַלן צו דָוִדן װען ער איז געקומען מיט די פּלִשתּים אַקעגן שָאולן אױף מלחמה, אָבער זײ האָבן זײ נישט געהאָלפֿן, װאָרעם נאָך אַ באַראָטונג האָבן די פֿירשטן פֿון די פּלִשתּים אים אַװעקגעשיקט, אַזױ צו זאָגן: מיט אונדזערע קעפּ װעט ער צופֿאַלן צו זײַן האַר שָאולן. 21 אַז ער איז געגאַנגען קײן ציקלַג זײַנען צוגעפֿאַלן צו אים פֿון מנַשֶה: עַדנַח, און יוֹזָבָֿד, און ידיעֲאֵל, און מיכָאֵל, און יוֹזָבָֿד, און אֶליהוא, און צִלתַי, הױפּטלײַט פֿון טױזנטן װאָס פֿון מנַשֶה. 22 און זײ האָבן געהאָלפֿן דָוִדן אַקעגן דער מחנה, װאָרעם זײ זײַנען אַלע געװען העלדישע גיבוֹרים, און זײ זײַנען געװאָרן עלטסטע אין חיל. 23 יאָ, פֿון טאָג צו טאָג איז מען געקומען צו דָוִדן אים צו העלפֿן, ביז די מחנה איז געװען גרױס, אַזױ װי די מחנה פֿון אלֹקים.
24 און דאָס זײַנען די צאָלן פֿון די קעפּ פֿון די באַװאָפֿנטע פֿאַר מלחמה, װאָס זײַנען געקומען צו דָוִדן קײן חֶבֿרוֹן, אָפּצוקערן די מלוכה פֿון שָאולן צו אים, לױט דעם מױל פֿון ה׳: 25 די קינדער פֿון יהוּדה װאָס האָבן געטראָגן אַ שילד און אַ שפּיז, זעקס טױזנט און אַכט הונדערט באַװאָפֿנט פֿאַר מלחמה. 26 פֿון די קינדער פֿון שמעון, העלדישע גיבוֹרים פֿאַר מלחמה, זיבן טױזנט און הונדערט. 27 פֿון די קינדער פֿון לֵוִי, פֿיר טױזנט און זעקס הונדערט. 28 און יהוֹיָדָע דער פֿירשט פֿון אַהרֹן, און מיט אים דרײַ טױזנט און זיבן הונדערט. 29 און צָדוֹק, אַ יונגער העלדישער גיבור, און זײַן פֿאָטערהױז, צװײ און צװאַנציק עלטסטע. 30 און פֿון די קינדער פֿון בנימין, די ברידער פֿון שָאולן, דרײַ טױזנט, װאָרעם ביז דענצמאָל האָט דאָס רָובֿ פֿון זײ אָפּגעהיט די געטרײַשאַפֿט צו שָאולס הױז. 31 און פֿון די קינדער פֿון אפֿרים, צװאַנציק טױזנט און אַכט הונדערט העלדישע גיבוֹרים, מענטשן מיט נעמען אין זײערע פֿאָטערהײַזער. 32 און פֿון דעם האַלבן שבֿט מנַשֶה, אַכצן טױזנט װאָס זײַנען געװען אָנגערופֿן מיט נעמען – צו קומען מאַכן דָוִדן פֿאַר אַ מלך. 33 און פֿון די קינדער פֿון יִשׂשָׂכָר, די װאָס האָבן זיך פֿאַרשטאַנען אױף די צײַטן, צו װיסן װאָס יִשׂרָאֵל דאַרף טאָן; זײערע הױפּטלײַט זײַנען געװען צװײ הונדערט, און אַלע זײערע ברידער זײַנען געװען אונטער זײער באַפֿעל. 34 פֿון זבֿולון, פֿופֿציק טױזנט װאָס קענען אַרױסגײן אין חיל, װאָס קענען אָנריכטן אַ מלחמה מיט אַלערלײ כּלי-מלחמה, און זיך אױסשטעלן נישט מיט אַ האַלבן האַרצן. 35 און פֿון נַפֿתָּלי, טױזנט עלטסטע, און מיט זײ זיבן און דרײַסיק טױזנט מיט פּאַנצערס און שפּיזן. 36 און פֿון די דָנים, אַכט און צװאַנציק טױזנט און זעקס הונדערט װאָס קענען אָנריכטן אַ מלחמה. 37 און פֿון אָשֵר, פֿערציק טױזנט װאָס קענען אַרױסגײן אין חיל אָנצוריכטן אַ מלחמה. 38 און פֿון יענער זײַט יַרדן, פֿון די ראובֿנים, און די גָדים, און דעם האַלבן שבֿט מנַשֶה, מיט אַלע קריגגעצײַג פֿאַר מלחמה, הונדערט און צװאַנציק טױזנט.
39 די אַלע, מלחמה-לײַט װאָס האָבן געקענט זיך אָנריכטן אַ מלחמה, זײַנען געקומען מיט אַ גאַנצן האַרצן קײן חֶבֿרוֹן, צו מאַכן דָוִדן פֿאַר אַ מלך איבער גאַנץ יִשׂרָאֵל. און אױך אַלע איבעריקע פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען געװען מיט אײן האַרץ צו מאַכן דָוִדן פֿאַר אַ מלך. 40 און זײ זײַנען דאָרטן געװען מיט דָוִדן דרײַ טעג, און זײ האָבן געגעסן און געטרונקען, װאָרעם זײערע ברידער האָבן צוגעגרײט פֿאַר זײ. 41 און אױך האָבן די װאָס זײַנען געװען נאָנט צו זײ, ביז צו יִשׂשָׂכָר און זבֿולון און נַפֿתָּלי, געבראַכט ברױט אױף אײזלען, און אױף קעמלען, און אױף מױלאײזלען, און אױף רינדער, מעלשפּײַזן, געפּרעסטע פֿײַגן, און ראָזינקעס, און װײַן, און אײל, און רינדער און שאָף לרובֿ, װאָרעם עס איז געװען אַ שׂימחה אין יִשׂרָאֵל.