Publicidade

1 Crônicas 21

1 און שׂטן איז אױפֿגעשטאַנען אױף יִשׂרָאֵל, און ער האָט אָנגערעדט דָוִדן צו צײלן יִשׂרָאֵל. 2 און דָוִד האָט געזאָגט צו יוֹאָבֿן, און צו די האַרן פֿון פֿאָלק: גײט צײלט יִשׂרָאֵל פֿון באֵר-שֶבַֿע און ביז דָן, און ברענגט עס מיר, כּדי איך זאָל װיסן זײער מיספּר. 3 האָט יוֹאָבֿ געזאָגט: זאָל ה׳ מערן זײַן פֿאָלק הונדערט מאָל אַזױ פֿיל װי זײ זײַנען! זײַנען זײ נישט אַלע, מײַן האַר מלך, קנעכט צו מײַן האַר? צו װאָס פֿאַרלאַנגט דאָס מײַן האַר? נאָך װאָס זאָל עס זײַן פֿאַר אַ זינד אױף יִשׂרָאֵל?

4 אָבער דאָס װאָרט פֿון מלך איז געװען שטאַרק צו יוֹאָבֿן, און יוֹאָבֿ איז אַרױסגעגאַנגען, און איז אַרומגעגאַנגען אין גאַנץ יִשׂרָאֵל, און איז צוריקגעקומען קײן ירושָלַיִם. 5 און יוֹאָבֿ האָט איבערגעגעבן דעם מיספּר פֿון דער צײלונג פֿון דעם פֿאָלק צו דָוִדן. און גאַנץ יִשׂרָאֵל איז געװען טױזנט מאָל טױזנט און הונדערט טױזנט מאַן װאָס ציען אַ שװערד; און יהוּדה, פֿיר הונדערט און זיבעציק טױזנט װאָס ציען אַ שװערד. 6 און לֵוִי און בנימין האָט ער נישט געצײלט צװישן זײ; װאָרעם דער אָנזאָג פֿון דעם מלך איז געװען יוֹאָבֿן צוּװידער.

7 און עס איז געװען שלעכט אין די אױגן פֿון האלֹקים װעגן דער דאָזיקער זאַך, און ער האָט געשלאָגן יִשׂרָאֵל. 8 האָט דָוִד געזאָגט צו האלֹקים: איך האָב זײער געזינדיקט װאָס איך האָב געטאָן די דאָזיקע זאַך, און אַצונד, טו אָפּ, איך בעט דיך, דעם פֿאַרברעך פֿון דײַן קנעכט, װאָרעם איך בין געװען זײער נאַריש.

9 האָט ה׳ געזאָגט צו גָד, דָוִדס זעער, אַזױ צו זאָגן: 10 גײ און זאָלסט רעדן צו דָוִדן, אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: דרײַערלײ זאַכן לײג איך אױף דיר; קלײַב דיר אױס אײנס פֿון זײ, װאָס איך זאָל דיר טאָן.

11 איז גָד געקומען צו דָוִדן, און האָט צו אים געזאָגט: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: נעם אױף דיר, 12 ענטװעדער דרײַ יאָר הונגער, אָדער דרײַ חדשים פֿאַרלענדט װערן פֿאַר דײַנע פֿײַנט, און די שװערד פֿון דײַנע שָׂונאים זאָל דיך דערגרײכן, אָדער דרײַ טעג די שװערד פֿון ה׳ און אַ מגפֿה אין לאַנד, און דער מלאך פֿון ה׳ זאָל אומברענגען אין גאַנצן געמאַרק פֿון יִשׂרָאֵל. און אַצונד זע װאָס פֿאַר אַ באַשײד איך זאָל ברענגען צו דעם װאָס שיקט מיך.

13 האָט דָוִד געזאָגט צו גָדן: מיר איז זײער ענג. לאָמיך, איך בעט דיך, פֿאַלן אין דער האַנט פֿון ה׳, װאָרעם זײַן רחמנות איז זײער גרױס, און לאָמיך נישט פֿאַלן אין דער האַנט פֿון אַ מענטשן.

14 האָט ה׳ געשיקט אַ מגפֿה אױף יִשׂרָאֵל, און עס זײַנען געפֿאַלן פֿון יִשׂרָאֵל זיבעציק טױזנט מאַן.

15 און האלֹקים האָט געשיקט אַ מלאך קײן ירושָלַיִם, זי אומצוברענגען; אָבער װי ער האָט געהאַלטן בײַם אומברענגען, האָט ה׳ אַראָפּגעקוקט, און ער האָט חרטה געהאַט אױף דעם בײז, און ער האָט געזאָגט צו דעם מלאך דעם אומברענגער: גענוג! אַצונד לאָז אָפּ דײַן האַנט. און דער מלאך פֿון ה׳ איז געשטאַנען בײַ דעם דרעש-שײַער פֿון אָרנָן דעם יבֿוסי. 16 האָט דָוִד אױפֿגעהױבן זײַנע אױגן, און האָט דערזען דעם מלאך פֿון ה׳ װי ער שטײט צװישן ערד און הימל מיט זײַן שװערד אַרױסגעצױגן אין זײַן האַנט, אױסגעשטרעקט אַקעגן ירושָלַיִם; און דָוִד און די עלטסטע, צוגעדעקט מיט זאַק, זײַנען געפֿאַלן אױף זײער פּנים. 17 און דָוִד האָט געזאָגט צו ה׳: פֿאַר װאָר, איך האָב געהײסן צײלן דאָס פֿאָלק, און איך בין דער װאָס האָב געזינדיקט, און האָב זײער שלעכטס געטאָן, אָבער די דאָזיקע שאָף, װאָס האָבן זײ געטאָן? ה׳ מײַן ג-ט, זאָל, איך בעט דיך, דײַן האַנט זײַן אױף מיר און אױף מײַן פֿאָטערס הױז, אָבער נישט אױף דײַן פֿאָלק מיט אַ מגפֿה.

18 האָט דער מלאך פֿון ה׳ געהײסן גָדן זאָגן דָוִדן, אַז דָוִד זאָל אַרױפֿגײן אױפֿשטעלן אַ מזבח צו ה׳ אין דעם דרעש-שײַער פֿון אָרנָן דעם יבֿוסי.

19 איז דָוִד אַרױפֿגעגאַנגען לױט דעם װאָרט פֿון גָדן װאָס ער האָט גערעדט אין נאָמען פֿון ה׳. 20 און אָרנָן האָט זיך אומגעקערט און האָט דערזען דעם מלאך; און זײַנע פֿיר זין װאָס מיט אים האָבן זיך באַהאַלטן. און אָרנָן האָט געדראָשן װײץ. 21 און װי דָוִד איז געקומען צו אָרנָנען, האָט אָרנָן אַ קוק געטאָן, און האָט דערזען דָוִדן, און ער איז אַרױסגעגאַנגען פֿון דרעש-שײַער, און האָט זיך געבוקט צו דָוִדן מיטן פּנים צו דער ערד. 22 האָט דָוִד געזאָגט צו אָרנָנען: גיב מיר דעם אָרט פֿון דעם דרעש-שײַער, און איך װעל בױען דערױף אַ מזבח צו ה׳; אין פֿולן געלט גיב עס מיר; כּדי די מגפֿה זאָל פֿאַרהאַלטן װערן פֿון פֿאָלק. 23 האָט אָרנָן געזאָגט צו דָוִדן: נעם דיר, און זאָל מײַן האַר דער מלך טאָן װאָס איז גוט אין זײַנע אױגן. זע, איך גיב די רינדער פֿאַר בראַנדאָפּפֿער, און די דרעששליטנס פֿאַר האָלץ, און די װײץ פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער; אַלץ גיב איך אַװעק. 24 האָט דער מלך דָוִד געזאָגט צו אָרנָנען: נײן, נײַערט קױפֿן װעל איך קױפֿן, פֿאַר פֿולן געלט, װאָרעם איך װעל נישט נעמען װאָס איז דײַנס פֿאַר ה׳, און אױפֿברענגען אַ בראַנדאָפּפֿער פֿאַר אומזיסט.

25 און דָוִד האָט געגעבן אָרנָנען פֿאַר דעם אָרט זעקס הונדערט שֶקל גאָלד אױפֿן װאָג. 26 און דָוִד האָט דאָרטן געבױט אַ מזבח צו ה׳, און האָט דאָרטן אױפֿגעבראַכט בראַנדאָפּפֿער און פֿרידאָפּפֿער, און ער האָט גערופֿן צו ה׳, און ער האָט אים געענטפֿערט מיט פֿײַער פֿון הימל אױף דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער.

27 און ה׳ האָט געהײסן דעם מלאך, און ער האָט אומגעקערט די שװערד אין איר שײד.

28 אין יענער צײַט, װי דָוִד האָט געזען אַז ה׳ האָט אים געענטפֿערט אין דעם דרעש-שײַער פֿון אָרנָן דעם יבֿוסי, אַזױ האָט ער דאָרטן געשלאַכט קָרְבֳנוֹת. 29 און דער מישכּן פֿון ה׳ װאָס משה האָט געמאַכט אין דער מדבר, און דער מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער, איז אין יענער צײַט געװען אױף דער בָמָה אין גִבֿעוֹן. 30 אָבער דָוִד האָט נישט געקענט גײן צו אים צו פֿרעגן בײַ ה׳, װאָרעם ער איז געװען דערשראָקן פֿאַר דער שװערד פֿון מלאך פֿון ה׳.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-