Publicidade

Oséias 10

1 אַ פֿרוכטבאַר װײַנשטאָק איז יִשׂרָאֵל געװען,

זײַן פֿרוכט פֿלעגט אַ װערדע האָבן;

איז, װאָס מערער זײַן פֿרוכט, האָט ער מזבחות געמערט,

װאָס שענער זײַן לאַנד, האָבן זײ שענערע זײַלשטײנער געמאַכט.

2 זײער האַרץ איז צעטײלט;

אַצונד װעלן זײ זײער שולד לײַדן;

ער װעט צעברעכן זײערע מזבחות,

ער װעט פֿאַרװיסטן זײערע זײַלשטײנער.

3 פֿאַר װאָר, אַצונד װעלן זײ זאָגן:

נישטאָ קײן מלך בײַ אונדז,

װײַל מיר האָבן נישט מורא געהאַט פֿאַר ה׳;

און דער מלך, װאָס קען טאָן פֿאַר אונדז?

4 זײ רעדן גערײדן,

שװערן פֿאַלש, שליסן אַ ברית,

אָבער דער משפּט װעט שפּראָצן װי ביטערקרױט

אױף די בײַטן פֿון פֿעלד.

5 אום די קעלבער פֿון בֵית-אָוֶן

װעלן אַנגסטן די װױנער פֿון שוֹמרוֹן;

װאָרעם זײַן פֿאָלק טוט אױף אים טרױערן,

און זײַנע פּריסטער װעלן ציטערן װעגן אים,

װעגן זײַן כּבֿוד װאָס איז אַװעק פֿון אים.

6 אים אױך װעט מען קײן אשור אַװעקפֿירן,

אַ מתּנה צום מלך שטרײטער;

שאַנד װעט קריגן אפֿרים,

און יִשׂרָאֵל װעט זיך שעמען מיט זײַן באַראָט.

7 פֿאַרשניטן װערט דער מלך פֿון שוֹמרוֹן,

אַזױ װי צװײַגל אױפֿן װאַסער.

8 און פֿאַרטיליקט װערן װעלן

די בָמות פֿון אָוֶן, די זינד פֿון יִשׂרָאֵל;

דערנער און װילדגעװעקס װעלן אױפֿגײן אױף זײערע מזבחות

און זײ װעלן זאָגן צו די בערג: דעקט אונדז צו!

און צו די הײכן: פֿאַלט אױף אונדז אַרױף!

9 מער װי אין די טעג פֿון גִבֿעָה

האָסטו געזינדיקט, יִשׂרָאֵל;

דאָרט האָט מען זיך אַקעגנגעשטעלט;

פֿאַר זײ אָבער װעט נישט קלעקן

אַ מלחמה װי אין גִבֿעָה אַקעגן די פֿאַרברעכער.

10 װען איך טו באַגערן, װעל איך זײ שטראָפֿן,

און פֿעלקער װעלן זיך אײַנזאַמלען קעגן זײ,

װען מע שפּאַנט זײ אין זײערע צװײ יאָכרינגען.

11 און אפֿרים איז אַ קאַלב אַ געניטס,

צו דרעשן האָט עס ליב;

אָבער איך בין אַריבערגעגאַנגען איבער איר פֿעטן האַלדז:

איך װעל אײַנשפּאַנען אפֿרים,

אַקערן זאָל יהוּדה,

בראָנעװען זאָל יעקבֿ.

12 זײַט אײַך פֿאַר גערעכטיקײט,

װעט איר שנײַדן לױט גענאָד;

אַקערט אײַך אַן אַקער,

װאָרעם עס איז צײַט צו זוכן ה׳,

ביז ער װעט קומען און רעגענען אױף אײַך גערעכטיקײט.

13 איר האָט געאַקערט שלעכטס,

האָט איר אומרעכט געשניטן,

האָט איר געגעסן די פֿרוכט פֿון ליגן;

װאָרעם האָסט זיך פֿאַרזיכערט אױף דײַן װעג,

אױף די פֿיל גיבוֹרים דײַנע.

14 דערום װעט אױפֿשטײן אַ חורבֿן אױף דײַנע מחנות,

און אַלע דײַנע פֿעסטונגען װעלן פֿאַרװיסט װערן,

װי שַלמַן האָט פֿאַרװיסט בֵית-אַרבֵאל, אין טאָג פֿון מלחמה –

מוטערס מיט קינדער זײַנען צעהאַקט געװאָרן.

15 אַזױ האָט געטאָן צו אײַך, בֵית-אֵל,

פֿון װעגן אײַער בײזער שלעכטיקײט;

אין אַ פֿרימאָרגן פֿאַרשניטן װערט פֿאַרשניטן

דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל.

Veja também

Publicidade
Oséias
Ver todos os capítulos de Oséias
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-