Publicidade

Oséias 7

1 װי איך װיל הײלן יִשׂרָאֵל,

אַזױ װערט אַנטפּלעקט די זינד פֿון אפֿרים,

און די בײזן פֿון שוֹמרוֹן;

װאָרעם זײ באַגײען פֿאַלשקײט,

און אַ גנבֿ ברעכט אײַן,

אַ באַנדע באַפֿאַלט אױף דער גאַס.

2 און זאָלן זײ זיך נישט טראַכטן אין זײער האַרצן,

אַל דאָס בײז זײערס געדענק איך;

אַצונד האָבן זײערע מעשׂים זײ אַרומגערינגלט,

אַקעגן מײַן פּנים זײַנען זײ.

3 מיט זײער בײז דערפֿרײען זײ דעם מלך,

און מיט זײערע ליגנס די האַרן.

4 אַלע זײַנען זײ נוֹאפֿים,

װי אַן אױװן אָנגעהײצט פֿון בעקער,

װאָס מע הערט בלױז אױף שאַרן

פֿון פֿאַרקנעטן דעם טײג ביז זײַן זױער װערן.

5 אין דעם טאָג פֿון אונדזער מלך,

זײַנען די האַרן קראַנק פֿון װײַנדערהיצונג;

ער אַלײן שטרעקט אױס זײַן האַנט מיט די שפּעטער.

6 װאָרעם זײ האָבן צוגעברײט זײער האַרץ

װי אַן אױװן אין זײער לױער;

אַ גאַנצע נאַכט שלאָפֿט זײער בעקער,

פֿרימאָרגנס ברענט ער אַזױ װי פֿלאַמפֿײַער.

7 זײ אַלע גליען װי אַן אױװן,

און זײ פֿאַרצערן זײערע ריכטער;

אַלע זײערע מלכים זײַנען געפֿאַלן,

קײנער צװישן זײ רופֿט נישט צו מיר.

8 אפֿרים, ער מישט זיך מיט די פֿעלקער,

אפֿרים איז געװאָרן אַ נישט איבערגעקערטער קוכן.

9 פֿרעמדע האָבן אױפֿגעגעסן זײַן כּוֹח,

און ער מערקט נישט;

שױן גראָע האָר דורכגעשפּריצט בײַ אים,

און ער מערקט נישט.

10 און דער שטאָלץ פֿון יִשׂרָאֵל איז געבױגן פֿאַר זײַן פּנים,

אָבער זײ קערן זיך נישט אום צו ה׳ זײער ג-ט,

און זײ זוכן אים נישט בײַ אַלעם דעם.

11 און אפֿרים איז געװאָרן װי אַ נאַרישע טױב, אָן שׂכל,

מִצרַיִם האָבן זײ גערופֿן,

קײן אשור זײַנען זײ געגאַנגען.

12 װי זײ װעלן גײן, װעל איך אױסשפּרײטן אױף זײ מײַן נעץ,

װי פֿױגלען פֿון הימל װעל איך זײ אַראָפּנידערן;

איך װעל זײ שטראָפֿן װי איך האָב געלאָזט הערן זײער עדה.

13 װײ צו זײ, װאָס זײ זײַנען אַװעק פֿון מיר!

פֿאַרװיסטונג אױף זײ, װאָס זײ האָבן געבראָכן אָן מיר!

און איך זאָל זײ אױסלײזן,

װען זײ האָבן גערעדט ליגנס אױף מיר?

14 און זײ שרײַען נישט צו מיר מיט זײער האַרצן,

אַז זײ יאָמערן אױף זײערע געלעגערס;

װעגן תּבֿואה און װײַן רודלען זײ זיך,

אָן מיר װידערשפּעניקן זײ.

15 און איך האָב געלערנט,

געשטאַרקט זײערע אָרעמס,

אָבער זײ טראַכטן שלעכטס אױף מיר.

16 זײ קערן זיך, אָבער נישט צו דער הײך,

װי אַ פֿאַלשער בױגן זײַנען זײ געװאָרן.

װעלן פֿאַלן דורכן שװערד זײערע האַרן

פֿאַר דעם צאָרן פֿון זײער צונג;

דאָס װעט זײַן אַ שפּאָט פֿון זײ אין לאַנד מִצרַיִם.

Veja também

Publicidade
Oséias
Ver todos os capítulos de Oséias
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-