Publicidade

Oséias 8

1 צו דײַן גומען אַ שופֿר!

װי אַן אָדלער קומט אױף ה׳ס הױז;

װײַל זײ האָבן איבערגעטרעטן מײַן ברית,

און קעגן מײַן תּורה פֿאַרבראָכן.

2 קען יִשׂרָאֵל דען שרײַען צו מיר:

מײַן ג-ט, מיר קענען דיך?

3 יִשׂרָאֵל האָט פֿאַרלאָזט דאָס גוטס,

זאָל אים דער פֿײַנט נאָכיאָגן.

4 זײ האָבן געמאַכט מלכים, אָבער אָן מיר,

געמאַכט האַרן, און איך האָב נישט געװוּסט;

פֿון זײער זילבער און זײער גאָלד

האָבן זײ זיך געצנבילדער געמאַכט;

דערום װעט ער פֿאַרשניטן װערן.

5 פֿאַרלאָזן װערט דײַן קאַלב, שוֹמרוֹן;

מײַן צאָרן טוט גרימען אױף זײ;

ביז װאַנען נאָך װעלן זײ נישט קענען זיך רײניקן?

6 װאָרעם עס קומט פֿון יִשׂרָאֵל,

און דאָס האָט אַ מײַנסטער געמאַכט,

און קײן ג-ט איז דאָס נישט;

פֿאַר װאָר, שפּענדלעך װעט װערן דאָס קאַלב פֿון שוֹמרוֹן.

7 װאָרעם װינט זײען זײ,

און שטורעם װעלן זײ שנײַדן;

קײן זאַנג האָט עס נישט –

אַ שפּראָצונג װאָס ברענגט נישט קײן מעל;

טאָמער װעט עס ברענגען, װעלן עס פֿרעמדע אײַנשלינגען.

8 אײַנגעשלונגען געװאָרן איז יִשׂרָאֵל,

אַצונד זײַנען זײ געװאָרן צװישן די פֿעלקער,

װי אַ נישטװערטיקע כּלי.

9 װאָרעם זײ זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען צו אשור,

אַ װילדאײזל באַזונדער פֿאַר זיך;

אפֿרים האָט ליבשאַפֿט געדונגען.

10 אָבער הגם זײ דינגען צװישן די פֿעלקער,

װעל איך אַצונדערט זײ אײַנזאַמלען;

און זײ װעלן אָנהײבן מינער װערן

פֿון דער משׂא פֿון מלך און האַרן.

11 װאָרעם אפֿרים האָט געמערט מזבחות צום זינדיקן,

בײַ אים זײַנען מזבחות צום זינדיקן געװען.

12 װי פֿיל פֿון מײַן תּורה איך זאָל אים שרײַבן,

איז דאָס בײַ אים װי פֿרעמד פֿאַררעכנט.

13 מײַנע בראַנדאָפּפֿער זאָלן זײ שלאַכטן פֿאַר פֿלײש און עסן,

ה׳ טוט זײ נישט באַפֿיליקן.

אַצונד װעט ער געדענקען זײער פֿאַרברעך,

און װעט רעכענען זײערע זינד;

קײן מִצרַיִם װעלן זײ זיך אומקערן.

14 װאָרעם יִשׂרָאֵל האָט פֿאַרגעסן אָן זײַן באַשעפֿער,

און האָט היכלות געבױט,

און יהוּדה האָט געמערט באַפֿעסטיקטע שטעט:

דערום װעל איך שיקן אַ פֿײַער אין זײַנע שטעט,

און עס װעט פֿאַרצערן אירע פּאַלאַצן.

Veja também

Publicidade
Oséias
Ver todos os capítulos de Oséias
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-