Publicidade

Oséias 6

1 קומט און לאָמיר זיך אומקערן צו ה׳,

װאָרעם ער האָט פֿאַרצוקט, און ער װעט אונדז הײלן,

ער שלאָגט און ער װעט אונדז פֿאַרבינדן,

2 נאָך צװײ טעג װעט ער אונדז אױפֿלעבן,

אױפֿן דריטן טאָג װעט ער אונדז אױפֿריכטן,

און מיר װעלן לעבן פֿאַר אים.

3 און לאָמיר דערקענען, לאָמיר זיך יאָגן צו דערקענען ה׳;

זיכער װי דער באַגינען איז זײַן אַרױסגאַנג;

און ער װעט קומען צו אונדז װי דער רעגן,

און װי שפּעטרעגן װאָס באַװאַסערט די ערד.

4 װאָס זאָל איך טאָן צו דיר, אפֿרים?

װאָס זאָל איך טאָן צו דיר, יהוּדה?

אַז אײַער גוצקײט איז װי אַ פֿרימאָרגנװאָלקן,

און װי דער טױ װאָס פֿאַרגײט אין דער פֿרי.

5 דערום האָב איך געהאַקט דורך די נבֿיאים,

זײ געהרגעט מיט די װערטער פֿון מײַן מױל;

כּדי דײַן משפּט זאָל װי דאָס ליכט אַרױס.

6 װאָרעם חֶסֶד האָב איך באַגערט און נישט שלאַכטאָפּפֿער,

און דערקענונג פֿון אלֹקים אײדער בראַנדאָפּפֿער.

7 אָבער זײ װי אָדָם האָבן איבערגעטרעטן דעם ברית;

אָן האָבן זײ געפֿעלשט אָן מיר.

8 גִלעָד איז אַ שטאָט פֿון אומרעכטטוער,

אױסגעטרעטן מיט בלוט.

9 און װי באַנדעס װאָס לױערן אױף מענטשן,

איז די חבֿרה פֿון די כּהנים;

זײ טײטן אױפֿן װעג קײן שכֶם,

יאָ, שענדלעכקײט באַגײען זײ.

10 אין הױז פֿון יִשׂרָאֵל האָב איך שױדערהאַפֿטיקס געזען,

אָן איז זנות בײַ אפֿרים,

פֿאַראומרײניקט איז יִשׂרָאֵל.

11 אױך אױף דיר, יהוּדה, האָט מען אַ שניט באַשערט.

אַז איך װיל אומקערן די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון מײַן פֿאָלק,

Veja também

Publicidade
Oséias
Ver todos os capítulos de Oséias
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-