Publicidade

Oséias 5

1 הערט דאָס צו, איר כּהנים,

און פֿאַרנעמט, איר הױז פֿון יִשׂרָאֵל,

און איר הױז פֿון מלך, לײגט צו דאָס אױער,

װאָרעם אױף אײַך איז אַ משפּט פֿאַראַן,

װײַל אַ פּאַסטקע זײַט איר געװען פֿאַר מִצפָּה,

און אַן אױסגעשפּרײטע נעץ אױף תָּבֿוֹר.

2 און די אָפּקערער זײַנען אין שעכטן פֿאַרטיפֿט,

און איך בין געװען אַ שטראָף בײַ זײ אַלעמען.

3 איך קען אפֿרים,

און יִשׂרָאֵל איז נישט פֿאַרהױלן פֿון מיר;

װאָרעם אַצונד האָסטו מזַנה געװען, אפֿרים,

פֿאַראומרײניקט געװאָרן איז יִשׂרָאֵל.

4 זײערע מעשׂים לאָזן זײ נישט

זיך אומצוקערן צו זײער ג-ט,

װאָרעם אַ גײַסט פֿון זנות איז אין זײ,

און ה׳ קענען זײ נישט.

5 און דער שטאָלץ פֿון יִשׂרָאֵל װעט דערשׁפּאַַלט װערן פֿאַר זײַן פּנים,

און יִשׂרָאֵל און אפֿרים װעלן געשטרױכלט װערן דורך זײער זינד,

אױך יהוּדה טוט שטרױכלען מיט זײ.

6 מיט זײערע שאָף און מיט זײערע רינדער

װעלן זײ גײן זוכן ה׳,

אָבער זײ װעלן נישט געפֿינען –

ער האָט זיך אָפּגעטאָן פֿון זײ.

7 זײ האָבן אָן ה׳ געפֿעלשט,

װאָרעם פֿרעמדע קינדער האָבן זײ געבאָרן;

אַצונד װעט זײ אַ חודש פֿאַרצערן מיט זײערע פֿעלדער.

8 בלאָזט אַ שופֿר אין גִבֿעָה, אַ טרומײטער אין רָמָה;

שאַלט אין בֵית-אָוֶן: קוק זיך אום, בנימין!

9 אפֿרים װעט צו װיסט װערן אין טאָג פֿון שטראָף;

אין די שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל טו איך עס צו װיסן אױף זיכער.

10 די האַרן פֿון יהוּדה זײַנען װי גרענעצפֿאַרכאַפּער,

אױף זײ װעל איך אױסגיסן װי װאַסער מײַן צאָרן.

11 געדריקט װערט אפֿרים, צעבראָכן פֿון משפּט,

װײַל ער איז װילנדיק געגאַנגען נאָך געבאָט.

12 און איך בין װי אַ מילב צו אפֿרים,

און װי אַ פֿױלונג צו דעם הױז פֿון יהוּדה.

13 און אפֿרים האָט געזען זײַן קראַנקשאַפֿט,

און יהוּדה זײַן װוּנד;

איז אפֿרים געגאַנגען צו אשור,

און האָט געשיקט צום מלך יָרֵב;

אָבער ער קען אײַך נישט הײלן,

און ער װעט נישט אָפּטאָן פֿון אײַך די װוּנד.

14 װאָרעם איך װעל זײַן װי אַ לײב צו אפֿרים,

און װי אַ יונגלײב צום הױז פֿון יהוּדה;

איך, איך װעל פֿאַרצוקן און אַװעקגײן,

אַװעקטראָגן, און קײנער װעט נישט מציל זײַן.

15 איך װעל גײן, איך װעל זיך אומקערן צו מײַן אָרט,

ביז זײ װעלן זיך שפּירן שולדיקן,

און זוכן מײַן פּנים;

אין זײער נױט װעלן זײ מיך פֿאָרשן.

Veja também

Publicidade
Oséias
Ver todos os capítulos de Oséias
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-