Publicidade

Oséias 14

1 פֿאַרשולדיקט איז שוֹמרוֹן,

װאָרעם זי האָט װידערשפּעניקט אָן איר ג-ט;

דורכן שװערד װעלן זײ פֿאַלן,

זײערע קלײנע קינדער װעלן צעהאַקט װערן,

און זײַנע טראָגעדיקע װעלן אױפֿגעשפּאָלטן װערן.

2 קער זיך אום, יִשׂרָאֵל, צו ה׳ דײַן ג-ט,

װאָרעם האָסט געשטרױכלט דורך דײַנע זינד.

3 נעמט מיט אײַך װערטער,

און קערט אײַך אום צו ה׳;

זאָגט צו אים: פֿאַרגיב אַלע זינד,

און נעם אָן דאָס גוטע;

און לאָמיר צאָלן אַנשטאָט אָקסן מיט אונדזערע ליפּן.

4 אשור װעט אונדז נישט העלפֿן,

אױף פֿערד װעלן מיר נישט רײַטן,

און מיר װעלן מער נישט זאָגן: אלוקינו,

צום װערק פֿון אונדזערע הענט;

װאָרעם דורך דיר װערט דערבאַרעמט דער עלנדער.

5 איך װעל הײלן זײער אָפּקערונג,

איך װעל זײ ליב האָבן האַרציק,

װאָרעם מײַן צאָרן האָט זיך אָפּגעקערט פֿון אים.

6 איך װעל זײַן װי דער טױ צו יִשׂרָאֵל;

ער װעט בליען װי אַ ליליע,

און שלאָגן זײַנע װאָרצלען װי דער לבֿנוֹן.

7 זײַנע צװײַגן װעלן זיך שפּרײטן,

און זײַן גלאַנץ װעט זײַן װי פֿון אײלבערטבױם,

און אַ ריח װעט ער האָבן װי דער לבֿנוֹן.

8 די װאָס זיצן אין זײַן שאָטן

װעלן װידער אױפֿברענגען תּבֿואה,

און זײ װעלן בליען װי אַ װײַנשטאָק;

זײַן דופֿט װי דער װײַן פֿון לבֿנוֹן.

9 אפֿרים װעט זאָגן:

װאָס קער איך זיך אָן מער מיט געצנבילדער.

איך ענטפֿער, און װעל אים אָנקוקן;

איך בין װי אַ צװײַגהאַפֿטיקער ציפּרעס;

פֿון מיר װערט געקראָגן דײַן פֿרוכט.

10 װער קלוג איז זאָל דאָס פֿאַרשטײן,

װער פֿאַרשטאַנדיק זאָל עס מערקן,

װאָרעם רעכטפֿאַרטיק זײַנען די װעגן פֿון ה׳,

און די גערעכטע גײען אין זײ,

און די פֿאַרברעכער װערן געשטרױכלט אין זײ.

Veja também

Publicidade
Oséias
Ver todos os capítulos de Oséias
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-