Publicidade

Oséias 4

1 הערט דאָס װאָרט פֿון ה׳, איר קינדער פֿון יִשׂרָאֵל,

װאָרעם ה׳ האָט אַ קריג מיט די באַװױנער פֿון לאַנד,

װײַל קײן אמת און קײן גענאָד,

און קײן דערקענונג פֿון אלֹקים איז נישטאָ אין לאַנד.

2 שװערן און לײקענען און טײטן

און גנבֿען און מזנה זײַן, זײַנען פֿאַרשפּרײט,

און בלוט אָן בלוט רירט זיך אָן.

3 דערום װער טרױערן דאָס לאַנד,

און פֿאַרװעלקט װערן װעט איטלעכער װױנער דערין,

מיט דער חיה פֿון פֿעלד, און מיטן פֿױגל פֿון הימל;

און אַפֿילו די פֿישן פֿון ים װעלן אײַנגעטאָן װערן.

4 אָבער קײנער טאָר זיך נישט קריגן,

און נישט שטראָפֿן טאָר קײנער,

װאָרעם דײַן פֿאָלק זײַנען אַזעלכע

װאָס קריגן זיך מיטן כּהן.

5 דערום װעסטו שטרױכלען בײַ טאָג,

און אױך דער נבֿיא װעט געשטרױכלט װערן מיט דיר בײַ נאַכט,

און איך װעל פֿאַרשנײַדן דײַן מוטער.

6 פֿאַרשניטן װערט מײַן פֿאָלק פֿון נישט װיסנשאַפֿט;

װײַל דו האָסט פֿאַראַכט װיסנשאַפֿט,

דערום האָב איך דיך פֿאַראַכט פֿון צו זײַן מיר אַ כּהן;

אַז דו האָסט פֿאַרגעסן די תּורה פֿון דײַן ג-ט,

װעל איך אױך פֿאַרגעסן אָן דײַנע קינדער.

7 װי זײ האָבן זיך געמערט, אַזױ האָבן זײ געזינדיקט צו מיר;

װעל איך זײער כּבֿוד אױף שאַנד אומבײַטן.

8 זײ עסן אױף די זינדאָפּפֿער פֿון מײַן פֿאָלק,

און אױף זײער פֿאַרברעך קוקן זײ אױס.

9 דערום װעט זײַן, אַזױ דאָס פֿאָלק אַזױ דער כּהן,

און איך װעל זיך רעכענען מיט אים פֿאַר זײַנע װעגן,

און זײַנע מעשׂים װעל איך אים אומקערן.

10 און זײ װעלן עסן און נישט זאַט װערן,

זײ זײַנען מזַנה, אָבער זײ װעלן זיך נישט מערן;

װײַל זײ האָבן אױפֿגעהערט אױף ה׳ צו אַכטן.

11 זנות און װײַן און טרױבנזאַפֿט

פֿאַרקנעכטיקן דאָס האַרץ.

12 מײַן פֿאָלק פֿרעגט בײַ זײ האָלץ,

און זײַן שטעקן באַשײדט אים;

װאָרעם אַ גײַסט פֿון זנות האָט פֿאַרפֿירט,

און זײ האָבן זיך אָפּגעקערט פֿון אונטער זײער ג-ט.

13 אױף די שפּיצן בערג שלאַכטן זײ,

און אױף די הײכן רײכערן זײ,

אונטער אײכנבױם און טאָפּאָליע און טערעבינט,

װײַל זײַן שאָטן איז גוט.

דערום זײַנען אײַערע טעכטער מזַנה,

און אײַערע שניר זײַנען אומגעטרײַ.

14 איך פֿאַרדענק נישט אײַערע טעכטער װאָס זײ זײַנען מזַנה,

און אײַערע שניר װאָס זײ זײַנען אומגעטרײַ,

װײַל די מענטשן אַלײן גײען מיט זוֹנות אַװעק,

און מיט שאַנדװײַבער ברענגען זײ שלאַכטאָפּפֿער;

און דאָס פֿאָלק װאָס פֿאַרשטײט נישט, װערט געשטרױכלט.

15 אױב דו יִשׂרָאֵל ביסט מזַנה,

זאָל זיך יהוּדה נישט פֿאַרשולדיקן;

און קומט נישט קײן גִלגָל,

און גײט נישט אַרױף קײן בֵית-אָוֶן,

און שװערט נישט: אַזױ װי ה׳ לעבט!

16 װאָרעם אַזױ װי אַ װידערשפּעניקע קו

האָט װידערשפּעניקט יִשׂרָאֵל;

זאָל ה׳ זײ אַצונד פֿיטערן

װי אַ שעפּס אין דערברײטערניש?

17 באַהעפֿט צו געצנבילדער איז אפֿרים,

לאָז אים צו רו.

18 גײט אָפּ זײער שִכּרות,

זײַנען זײ אין זנות פֿאַרזונקען;

אײַנגעליבט אין שאַנד זײַנען אירע באַשיצער.

19 דער װינט האָט זײ אײַנגעבונדן אין זײַנע פֿליגלען;

און זײ װעלן זיך שעמען מיט זײערע שלאַכטאָפּפֿער.

Veja também

Publicidade
Oséias
Ver todos os capítulos de Oséias
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-