Publicidade

Oséias 13

1 אַז אפֿרים האָט גערעדט איז געװען אַ ציטערניש,

דער הױב איז ער געװען אין יִשׂרָאֵל;

האָט ער זיך פֿאַרשולדיקט מיט בַעַל, און איז געשטאָרבן.

2 און אַצונד זינדיקן זײ אַלץ מער,

און האָבן זיך געמאַכט אַ געגאָסן בילד פֿון זײער זילבער,

געצן לױט זײער שׂכל,

דאָס װערק פֿון מײַנסטערס אַלע.

אױף זײ קען מען זאָגן:

מענטשן שעכטן זײ, קעלבער קושן זײ.

3 דערום װעלן זײ זײַן װי אַ פֿרימאָרגנװאָלקן,

און װי דער טױ װאָס פֿאַרגײט אין דער פֿרי,

װי שפּרײ װאָס װערט אַװעקגעבלאָזן פֿון דרעש-שײַער,

און װי רױך דורכן פֿענצטער.

4 און איך בין ה׳ דײַן ג-ט פֿון לאַנד מִצרַיִם אָן,

און קײן ג-ט אַחוץ מיר קענסט דו נישט,

און נישטאָ קײן העלפֿער אױסער מיר.

5 איך האָב דיך דערקענט אין דער מדבר,

אין אַ לאַנד פֿון טריקעניש.

6 װי זײ האָבן זיך געפֿיטערט, אַזױ זײַנען זײ זאַט געװאָרן;

זײ זײַנען זאַט געװאָרן, און זײער האַרץ האָט זיך דערהױבן,

דערפֿאַר האָבן זײ פֿאַרגעסן אָן מיר.

7 דערום בין איך צו זײ װי אַ לײב געװאָרן,

װי אַ לעמפּערט אױפֿן װעג װעל איך לױערן;

8 איך װעל זײ באַגעגענען װי אַ בערינטע פֿון קינדער באַרױבט,

און איך װעל אױפֿרײַסן דעם שײד פֿון זײער האַרצן,

און װעל זײ אױפֿעסן דאָרטן װי אַ לײבינטע;

די חיה פֿון פֿעלד װעט זײ צערײַסן.

9 אױ, ישׂראל, דו האָסט זיך אַלײן פֿאַרדאָרבן, װײַל דײַן הילף איז אין מיר,

װאָס דו ביסט קעגן מיר, קעגן דײַן הילף.

10 װוּ דען איז דײַן מלך,

ער זאָל דיך העלפֿן אין אַלע דײַנע שטעט?

און דײַנע ריכטער, װאָס דו האָסט געזאָגט:

גיב מיר אַ מלך און האַרן?

11 איך גיב דיר אַ מלך אין מײַן כּעס,

און נעם אַװעק אין מײַן גרימצאָרן.

12 אײַנגעבונדן איז די זינד פֿון אפֿרים,

באַהאַלטן איז זײַן חטא.

13 װײען פֿון אַ געװינערין װעלן קומען אױף אים;

אַ נישט קלוג קינד איז ער,

װאָרעם עס איז צײַט, ער זאָל נישט שטײן בלײַבן

אין דעם געבעראָרט פֿון קינדער.

14 זאָל איך פֿון דער האַנט פֿון שְׁאֹול זײ אױסלײזן?

זאָל איך פֿון טױט זײ אױסקױפֿן?

װוּ זײַנען דײַנע מגפֿות, טױט?

װוּ דײַן פּעסט, אונטערערד?

דערבאַרעמונג זאָל פֿאַרבאָרגן זײַן פֿון מײַנע אױגן.

15 װאָרעם ער מעג װעט זײַן פֿרוכטבאַר צװישן די ברידער,

דאָך װעט קומען אַ מזרח-װינט,

אַ שטורעם פֿון ה׳ פֿון מדבר גײט אױף

און טרוקן װערן װעט זײַן ברונעם,

און אױסטריקענען װעט זײַן קװאַל;

ער װעט צערױבן דעם שאַץ פֿון אַלע גלוסטיקע זאַכן.

Veja também

Publicidade
Oséias
Ver todos os capítulos de Oséias
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-