1 די זין פֿון יהוּדהן: פֶּרֶץ, חֶצרוֹן, און כַּרמי, און חור, און שוֹבָֿל.
2 און רְאָיָה דער זון פֿון שוֹבָֿלן האָט געבאָרן יַחתן, און יַחת האָט געבאָרן אַחומַין, און לַהַדן. דאָס זײַנען די משפּחות פֿון די צָרעָתים.
3 און די דאָזיקע זײַנען פֿון דעם פֿאָטער פֿון עֵיטָם: יִזרְעֶאל, און יִשמאָ, און יִדבש; און דער נאָמען פֿון זײער שװעסטער איז געװען הַצלֶלפּוֹני; 4 און פּנואֵל דער פֿאָטער פֿון גדוֹר, און עֵזֶר דער פֿאָטער פֿון חוּשָה. דאָס זײַנען די קינדער פֿון חור דעם בכוֹר פֿון אֶפֿרָת דעם פֿאָטער פֿון בֵית-לֶחֶם.
5 און אַשחור דער פֿאָטער פֿון תּקוֹעַ האָט געהאַט צװײ װײַבער: חלאָה, און נַעֲרָה. 6 און נַעֲרָה האָט אים געבאָרן אַחוזָמען, און חֵפֿרן, און תֵּימָנין, און דעם אַחשתָּרי. דאָס זײַנען די זין פֿון נַעֲרָהן. 7 און די זין פֿון חלאָהן: צֶרֶת, און צוֹחַר, און אֶתנָן. 8 און קוֹץ האָט געבאָרן עָנובֿן, און הַצוֹבֿבֿהן, און די משפּחות פֿון אֲחַרְחֵל דעם זון פֿון הָרומען. 9 און יַעְבץ איז געװען דער אָנגעזעענסטער פֿון זײַנע ברידער; און זײַן מוטער האָט גערופֿן זײַן נאָמען יַעְבץ, אַזױ צו זאָגן: װײַל איך האָב אים געבאָרן מיט פּײַן. 10 און יַעְבץ האָט גערופֿן צום אלוקי יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן: אױב בענטשן װעסטו מיך בענטשן, און װעסט פֿאַרגרעסערן מײַן געמאַרק, און דײַן האַנט װעט זײַן מיט מיר, און װעסט באַהיטן פֿון בײז, מיך נישט װײ צו טאָן. און ה׳ האָט אים באַשערט װאָס ער האָט געבעטן.
11 און כלובֿ דער ברודער פֿון שוחָהן האָט געבאָרן מחירן, װאָס איז געװען דער פֿאָטער פֿון אֶשתּוֹנען. 12 און אֶשתּוֹן האָט געבאָרן בֵית-רָפֿאָן, און פָּסֵחַן, און תּחִנָה דעם פֿאָטער פֿון עִיר-נָחש. דאָס זײַנען די מענטשן פֿון רֵכָה.
13 און די זין פֿון קנַזן זײַנען געװען: עָתניאֵל, און שׂרָיָה. און די זין פֿון עָתניאֵלן: חַתַת. 14 און מְעוֹנוֹתַי האָט געבאָרן עָפֿרָהן; און שׂרָיָה האָט געבאָרן יוֹאָבֿ דעם פֿאָטער פֿון גֵיא-חַרָשים; װאָרעם זײ זײַנען געװען מײַנסטערס. 15 און די זין פֿון כָּלֵבֿ דעם זון פֿון יפֿונֶהן זײַנען געװען: עִירו, אֵלָה, און נַעַם. און די זין פֿון אֵלָהן: קנַז.
16 און די זין פֿון יהַלֶלאֵלן: זיף, און זיפֿה, תּיריאָ, און אַשַׂראֵל. 17 און די זין פֿון עָזרָהן: יֶתֶר, און מֶרֶד, און עֵפֿר, און יָלוֹן. און זי האָט געבאָרן מִריָמען, און שַמַין, און יִשבח דעם פֿאָטער פֿון אֶשתּמוֹעַ.
18 און זײַן װײַב די יְהֻדִיָּה האָט געבאָרן יֶרֶד דעם פֿאָטער פֿון גדוֹר, און חֶבֶֿר דעם פֿאָטער פֿון שׂוֹכוֹ, און יקותיאֵל דעם פֿאָטער פֿון זָנוֹחַ – און דאָס זײַנען די זין פֿון בתיָה דער טאָכטער פֿון פַּרעהן, װאָס מֶרֶד האָט גענומען.
19 און די זין פֿון הוֹדִיָהס װײַב, דער שװעסטער פֿון נַחם דעם פֿאָטער פֿון קעִילָה, זײַנען געװען: דער גַרמי, און אֶשתּמוֹעַ דער מַעֲכָתי. 20 און די זין פֿון שימוֹנען: אַמנוֹן, און רִנָה, בן-חָנָן, און תּילוֹן. און די זין פֿון יִשעִין: זוֹחת, און בן-זוֹחת.
21 די קינדער פֿון שֵלָה דעם זון פֿון יהוּדהן: עֵר דער פֿאָטער פֿון לֵכָה, און לַעְדָה דער פֿאָטער פֿון מָרֵשָה, און די משפּחות פֿון דעם הױז פֿון די לײַנענאַרבעטער פֿון דעם הױז פֿון אַשבעַ; 22 און יוֹקים, און די מענטשן פֿון כּוֹזֵבֿאָ, און יוֹאָש, און שָׂרָף, װאָס האָבן געהערשט איבער מוֹאָבֿ, און יָשובֿי-לֶחֶם. און די געשיכטע איז אַן אַלטע. 23 דאָס זײַנען געװען די טעפּער, און זײ האָבן געװױנט אין נְטָעִים און גְּדֵרָה; בײַ דעם מלך אין זײַן װירטשאַפֿט זײַנען זײ דאָרטן געזעסן.
24 די זין פֿון שמעונען: נמואֵל, און יָמין, יָריבֿ, זֶרַח, שָאול. 25 זײַן זון איז געװען שַלום, זײַן זון מִבֿשָׂם, זײַן זון מִשמָע. 26 און די קינדער פֿון מִשמָען זײַנען געװען: זײַן זון חמואֵל, זײַן זון זַכּור, זײַן זון שִמְעִי.
27 און שִמְעִי האָט געהאַט זעכצן זין און זעקס טעכטער; אָבער זײַנע ברידער האָבן נישט געהאַט פֿיל קינדער, און זײער גאַנצע משפּחה האָט זיך נישט געמערט אַזױ װי די קינדער פֿון יהוּדה.
28 און זײ זײַנען געזעסן אין באֵר-שֶבַֿע, און מוֹלָדָה, און חַצַר-שועָל;
29 און אין בִלהָה, און אין עֶצֶם, און אין תּוֹלָד; 30 און אין בתואֵל, און אין חָרמָה, און אין ציקלַג; 31 און אין בֵית-מַרכָּבֿוֹת, און אין חַצַר-סוסים, און אין בֵית-בראי, און אין שַעֲרַיִם. דאָס זײַנען געװען זײערע שטעט ביז דָוִד איז געװאָרן מלך. 32 און זײערע דערפֿער זײַנען געװען: עֵיטָם, און עַיִן, רִמוֹן, און תּוֹכֶן, און עָשָן – פֿינף שטעט; 33 און אַלע זײערע דערפֿער װאָס אַרום די דאָזיקע שטעט, ביז בַעַל. דאָס זײַנען געװען זײערע װױנערטער, און זײער יחוס-בריװ איז געװען לױט זײ.
34 און משוֹבֿבֿ, און יַמלֵך, און יוֹשָה, דער זון פֿון אַמַציָהן; 35 און יוֹאֵל, און יֵהוּא דער זון פֿון יוֹשִבֿיָה דעם זון פֿון שׂרָיָה דעם זון פֿון עַשׂיאֵלן; 36 און אֶליוֹעֵינַי, און יַעקוֹבֿה, און ישוֹחיָה, און עַשָׂיָה, און עַדיאֵל, און ישׂימִאֵל, און בנָיָה; 37 און זיזאָ דער זון פֿון שִפֿעִי דעם זון פֿון אַלוֹן, דעם זון פֿון ידָיָה, דעם זון פֿון שִמרי, דעם זון פֿון שמַעיָהן – 38 די דאָזיקע װאָס קומען דאָ מיט די נעמען, זײַנען געװען פֿירשטן אין זײערע משפּחות; און זײערע פֿאָטערהײַזער האָבן זיך שטאַרק פֿאַרשפּרײט. 39 און זײ זײַנען אַװעק צום אײַנגאַנג פֿון גדוֹר, ביז צום מזרח פֿון טאָל, צו זוכן פֿיטערונג פֿאַר זײערע שאָף. 40 און זײ האָבן געפֿונען אַ פֿעטע און גוטע פֿיטערונג, און דאָס לאַנד איז געװען געראַם, און רויִק, און בשלװה; װאָרעם פֿון חָם זײַנען געװען די װאָס זײַנען דאָרטן געזעסן פֿריער. 41 און די דאָזיקע װאָס זײַנען דאָ פֿאַרשריבן מיט די נעמען, זײַנען געקומען אין די טעג פֿון יחִזקִיָה דעם מלך פֿון יהוּדה, און האָבן געשלאָגן זײערע געצעלטן, און די מְעונים װאָס האָבן זיך דאָרטן געפֿונען, און זײ האָבן זײ פֿאַרװיסט ביז אױף הײַנטיקן טאָג, און האָבן זיך באַזעצט אױף זײער אָרט; װאָרעם דאָרטן איז געװען פֿיטערונג פֿאַר זײערע שאָף. 42 און פֿון זײ, פֿון די קינדער פֿון שמעון, זײַנען אַװעק צום באַרג שֵׂעִיר פֿינף הונדערט מאַן, און פּלַטיָה, און נעַריָה, און רפֿיָה, און עוזיאֵל, די זין פֿון יִשעִין, זײ פֿאַרױס. 43 און זײ האָבן געשלאָגן דעם אַנטרונענעם איבערבלײַב פֿון עַמָלֵק, און זײַנען דאָרטן געבליבן זיצן ביז אױף הײַנטיקן טאָג.