Publicidade

1 Crônicas 8

1 און בנימין האָט געבאָרן בֶלַע זײַן בכוֹר, אַשבֵל דעם צװײטן, און אַחְרַח דעם דריטן; 2 נוֹחה דעם פֿירטן, און רָפֿאָ דעם פֿינפֿטן. 3 און בֶלַע האָט געהאַט זין: אַדָר, און גֵראָ, און אַבֿיהוד; 4 און אַבֿישועַ, און נַעֲמָן, און אַחוֹחַ; 5 און גֵראָ, און שפֿופֿן, און חורָם.

6 און דאָס זײַנען די זין פֿון אֵחודן: – די דאָזיקע זײַנען געװען הױפּטן פֿון פֿאָטערהײַזער פֿון די באַװױנער פֿון גֶבַֿע, און מע האָט זײ פֿאַרטריבן קײן מָנַחַת; 7 און נַעֲמָן, און אַחִיָה, און גֵראָ, זײ האָבן זײ פֿאַרטריבן – ער האָט געבאָרן עוּזאָן, און אַחיחודן. 8 און שַחרַיִם האָט געהאַט קינדער אין פֿעלד פֿון מוֹאָבֿ, נאָך דעם װי ער האָט זײ אַװעקגעשיקט – זײַנע װײַבער, חושים, און בעֲראָ. 9 און ער האָט געהאַט מיט זײַן װײַב חוֹדֶשן: יוֹבֿבֿן, און צִבֿיאָן, און מֵישאָן, און מַלכָּמען; 10 און יְעוצן, און שָׂכיָהן, און מִרמָהן. דאָס זײַנען געװען זײַנע זין – הױפּטן פֿון פֿאָטערהײַזער. 11 און מיט חושימען האָט ער געהאַט אַבֿיטובֿן, און אֶלפּעַלן.

12 און די זין פֿון אֶלפּעַלן: עֵבֶֿר, און מִשעָם, און שֶמֶד, װאָס האָט געבױט אוֹנוֹ, און לוֹד מיט אירע טעכטערשטעט; 13 און בריעָה, און שֶמַע, װאָס זײַנען געװען הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון די באַװױנער פֿון אַיָלוֹן, די װאָס האָבן פֿאַריאָגט די באַװױנער פֿון גַת. 14 און אַחיוֹ, שָשַק, און ירֵמוֹת, 15 און זבֿדיָה, און עַרָד, און עֶדֶר, 16 און מיכָאֵל, און יִשפּה, און יוֹחאָ, זײַנען געװען די זין פֿון בריעָהן. 17 און זבֿדיָה, און משולָם, און חזקי, און חֶבֶֿר, 18 און יִשמרַי, און יִזליאָה, און יוֹבֿבֿ, זײַנען געװען די זין פֿון אֶלפּעַלן. 19 און יָקים, און זִכרי, און זַבֿדי, 20 און אֶליעֵינַי, און צִלתַי, און אֶליאֵל, 21 און עַדָיָה, און בראָיָה, און שִמרָת, זײַנען געװען די זין פֿון שִמְעִין. 22 און יִשפּן, און עֵבֶֿר, און אֶליאֵל, 23 און עַבֿדוֹן, און זִכרי, און חָנָן, 24 און חַנַניָה, און עֵילָם, און עַנתוֹתִיָה, 25 און יִפֿדְיָה, און פּנואֵל, זײַנען געװען די זין פֿון שָשַקן. 26 און שַמשְרַי, און שחריָה, און עַתַליָה, 27 און יַעֲרֶשיָה, און אֵלִיָה, און זִכרי, זײַנען געװען די זין פֿון ירוֹחָמען. 28 די דאָזיקע זײַנען געװען הױפּטן פֿון פֿאָטערהײַזער – לױט זײערע געבורטן, הױפּטן. די דאָזיקע זײַנען געזעסן אין ירושָלַיִם.

29 און אין גִבֿעוֹן זײַנען געזעסן: דער פֿאָטער פֿון גִבֿעוֹן, װאָס דער נאָמען פֿון זײַן װײַב איז געװען מַעֲכָה; 30 און זײַן ערשטגעבאָרענער זון עַבֿדוֹן, און צוּר, און קיש, און בַעַל, און נָדָבֿ; 31 און גדוֹר, און אַחיוֹ, און זֶכֶר. 32 און מִקלוֹת האָט געבאָרן שִמאָהן. און זײ אױך מיט זײערע ברידער זײַנען געזעסן אין ירושָלַיִם, אַקעגן זײערע ברידער.

33 און נֵר האָט געבאָרן קישן, און קיש האָט געבאָרן שָאולן, און שָאול האָט געבאָרן יוֹנָתָנען, און מַלכּי-שועַן, און אַבֿינָדָבֿן, און אֶשבַעַלן. 34 און יוֹנָתָנס זון איז געװען מריבֿ-בַעַל; און מריבֿ-בַעַל האָט געבאָרן מִיכָהן. 35 און די זין פֿון מִיכָהן זײַנען געװען: פּיתוֹן, און מֶלֶך, און תַּארֵעַ, און אָחָז. 36 און אָחָז האָט געבאָרן יהוֹעַדָהן; און יהוֹעַדָה האָט געבאָרן עָלֶמֶתן, און עַזמָוֶתן, און זִמרין; און זִמרי האָט געבאָרן מוֹצאָן. 37 און מוֹצאָ האָט געבאָרן בנעָאן; זײַן זון איז געװען רָפֿה, זײַן זון אֶלעָשָׂה, זײַן זון אָצֵל. 38 און אָצֵל האָט געהאַט זעקס זין, און דאָס זײַנען זײערע נעמען: עַזריקָם, בוֹכרו, און יִשמָעֵאל, און שעַריָה, און עוֹבַֿדיָה, און חָנָן. די אַלע זײַנען געװען די זין פֿון אָצֵלן. 39 און די זין פֿון זײַן ברודער עֵשֶקן: אולָם זײַן בכוֹר, יְעוש דער צװײטער, און אֶליפֶֿלֶט דער דריטער. 40 און די זין פֿון אולָמען זײַנען געװען מענטשן העלדישע גיבוֹרים, בױגנשפּאַנער; און זײ האָבן געהאַט פֿיל קינדער און קינדס-קינדער – הונדערט און פֿופֿציק. די אַלע זײַנען געװען פֿון די קינדער פֿון בנימין.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-