Publicidade

1 Crônicas 3

1 און דאָס זײַנען די זין פֿון דָוִדן װאָס זײַנען אים געבאָרן געװאָרן אין חֶבֿרוֹן: דער בכוֹר, אַמנוֹן, פֿון אַחינוֹעַמען פֿון יִזרְעֶאל; דער צװײטער, דָניאֵל, פֿון אַבֿיגַיִלן, פֿון כַּרמֶל; 2 דער דריטער, אַבֿשָלום דער זון פֿון מַעֲכָה דער טאָכטער פֿון תַּלמַי דעם מלך פֿון גשור; דער פֿירטער, אַדוֹנִיָה דער זון פֿון חַגיתן; 3 דער פֿינפֿטער, שפֿטיָה, פֿון אַבֿיטַלן; דער זעקסטער, יִתרְעָם, פֿון זײַן װײַב עֶגלָהן. 4 די זעקס זײַנען אים געבאָרן געװאָרן אין חֶבֿרוֹן; און ער האָט דאָרטן געקיניגט זיבן יאָר און זעקס חדשים; און דרײַ און דרײַסיק יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם.

5 און די דאָזיקע זײַנען אים געבאָרן געװאָרן אין ירושָלַיִם: שִמעָא, און שוֹבֿבֿ, און נָתָן, און שלמה – פֿיר, פֿון בת-שועַ דער טאָכטער פֿון עַמיאֵלן; 6 און יִבֿחָר, און אֶלישָמָע, און אֶליפֶֿלֶט; 7 און נוֹגַה, און נֶפֶֿג, און יָפֿיעַ; 8 און אֶלישָמָע, און אֶליָדָע, און אֶליפֶֿלֶט – נײַן. 9 דאָס זײַנען אַלע זין פֿון דָוִדן, אַחוץ די זין פֿון די קעפּסװײַבער, און זײער שװעסטער תָּמָר.

10 און דער זון פֿון שלמהן איז געװען רחַבֿעָם. זײַן זון איז געװען אַבֿיָה, זײַן זון אָסאָ, זײַן זון יהוֹשָפֿט; 11 זײַן זון יוֹרָם, זײַן זון אַחַזיָהו, זײַן זון יוֹאָש; 12 זײַן זון אַמַציָהו, זײַן זון עַזַריָה, זײַן זון יוֹתָם; 13 זײַן זון אָחָז, זײַן זון חִזקִיָהו, זײַן זון מנַשֶה; 14 זײַן זון אָמוֹן, זײַן זון יֹאשִיָהו. 15 און די זין פֿון יֹאשִיָהון זײַנען געװען: דער בכוֹר יוֹחָנָן, דער צװײטער יהוֹיָקים דער דריטער צִדקִיָהו, דער פֿירטער, שַלום. 16 און די זין פֿון יהוֹיָקימען זײַנען געװען: זײַן זון יכָניָה, זײַן זון צִדקִיָה.

17 און די זין פֿון יכָניָה דעם געפֿאַנגענעם: זײַן זון שְאַלתּיאֵל, 18 און מַלכּירָם, און פּדָיָה, און שֶנאַצַר, יקַמיָה, הוֹשָמָע, און נדַבֿיָה. 19 און די זין פֿון פּדָיָהן: זרובבֿל, און שִמְעִי. און די קינדער פֿון זרובבֿלן: משולָם, און חַנַניָה, און זײער שװעסטער שלוֹמית; 20 און חשובֿה, און אוֹהֶל, און ברֶכיָה, און חסַדיָה, יוּשַׁב-חֶסֶד – פֿינף. 21 און די זין פֿון חַנַניָהן: פּלַטיָה און יְשַעְיָה. די זין פֿון ישַעיָהן: רפֿיָה. די זין פֿון רפֿיָהן: אָרנָן. די זין פֿון אַרנָנען: עוֹבַֿדיָה. די זין פֿון עוֹבַֿדיָהן: שכַניָה. 22 און די זין פֿון שכַניָהן: שמַעיָה. און די זין פֿון שמַעיָהן: חַטוש, און יִגאָל, און בריח, און נעַריָה, און שָפֿט – זעקס. 23 און די זין פֿון נעַריָהן: אֶליוֹעֵינַי, און חִזקִיָה, און עַזריקָם – דרײַ. 24 און די זין פֿון אֶליוֹעֵינַין: הוֹדַוְיָהו און אֶליָשיבֿ, און פּלָיָה, און עַקובֿ, און יוֹחָנָן, און דלָיָה, און עַנָני – זיבן.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-