1 און דָוִד המלך האָט געזאָגט צו דער גאַנצער אײַנזאַמלונג: שלמה מײַן זון, װאָס אים אײנעם האָט ה׳ אױסדערװײלט, איז יונג און שװאַך, און די אַרבעט איז גרױס, װאָרעם נישט פֿאַר אַ מענטשן איז דער פּאַלאַץ, נאָר פֿאַר ה׳ אלֹקים. 2 און מיט אַלע מײַנע כּוֹחות האָב איך אָנגעגרײט פֿאַר דעם הױז פֿון מײַן ג-ט, גאָלד פֿאַר די גילדערנע זאַכן, און זילבער פֿאַר די זילבערנע, און קופּער פֿאַר די קופּערנע, אײַזן פֿאַר די אײַזערנע, און האָלץ פֿאַר די הילצערנע; אָניקלשטײנער און שטײנער צום אײַנפֿאַסן, גלאַנציקע און פֿילפֿאַרביקע שטײנער, און אַלערלײ טײַער געשטײן, און מירמלשטײנער לרובֿ. 3 און מער נאָך: װײַל איך באַגער דאָס הױז פֿון מײַן ג-ט, האָב איך אַן אוֹצר גאָלד און זילבער װאָס איך גיב אַװעק פֿאַר דעם הױז פֿון מײַן ג-ט, אַחוץ אַלץ װאָס איך האָב אָנגעגרײט פֿאַר דעם הײליקן הױז: 4 דרײַ טױזנט צענטנער גאָלד, פֿון גאָלד פֿון אוֹפֿיר, און זיבן טױזנט צענטנער געלײַטערטע זילבער, אױף צו באַלײגן די װענט פֿון די הײַזער; 5 גאָלד װוּ מע דאַרף גאָלד, און זילבער װוּ זילבער; און פֿאַר יעטװעדער אַרבעט דורך דער האַנט פֿון מײַנסטערס. און װער װיל הײַנט מנדבֿ זײַן מיט זײַן פֿולער האַנט צו ה׳?
6 און די האַרן פֿון די פֿאָטערהײַזער, און די האַרן פֿון די שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל, און די הױפּטלײַט פֿון די טױזנטן און די הונדערטן, און די אױפֿזעערס איבער דעם מלכס װירטשאַפֿט, האָבן מנדבֿ געװען. 7 און זײ האָבן געשאָנקען פֿאַר דער אַרבעט פֿון הױז פֿון אלֹקים, גאָלד פֿינף טױזנט צענטנער, און אַדַרכּוֹנים צען טױזנט, און זילבער צען טױזנט צענטנער, און קופּער אַכצן טױזנט צענטנער, און אײַזן הונדערט טױזנט צענטנער. 8 און די װאָס בײַ זײ האָבן זיך געפֿונען טײַערע שטײנער, האָבן עס אַװעקגעגעבן צו דעם שאַץ פֿון הױז פֿון ה׳, אונטער דער האַנט פֿון יחיאֵל דעם גֵרשוני. 9 און דאָס פֿאָלק האָט זיך געפֿרײט װאָס זײ האָבן מנדבֿ געװען, װאָרעם מיטן גאַנצן האַרצן האָבן זײ מנדבֿ געװען צו ה׳, און אױך דָוִד המלך האָט זיך געפֿרײט אַ גרױס פֿרײד.
10 און דָוִד האָט געלױבט ה׳ פֿאַר די אױגן פֿון דער גאַנצער אײַנזאַמלונג, און דָוִד האָט געזאָגט: געלױבט ביסטו ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל, אונדזער פֿאָטער, פֿון אײביק און ביז אײביק. 11 דײַן, ה׳, איז די גרױסקײט, און די שטאַרקײט, און די פּראַכטיקײט, און די אײביקײט, און דער גלאַנץ, װאָרעם אַלץ װאָס אױפֿן הימל און אױף דער ערד; דײַן, ה׳, איז די מלוכה, און דו ביסט דערהױבן צום הױפּט איבער אַלעם. 12 און עוֹשר און כּבֿוד זײַנען פֿון דיר, און דו געװעלטיקסט איבער אַלץ, און אין דײַן האַנט איז כּוֹח און גבֿורה, און אין דײַן האַנט איז צו גרײסן און צו שטאַרקן אַלעמען. 13 און אַצונד, אלוקינו, דאַנקען מיר דיר, און לױבן דײַן פּראַכטיקן נאָמען. 14 װאָרעם װער בין איך, און װער איז מײַן פֿאָלק, אַז מיר זאָלן האָבן בכּוֹח מנדבֿ צו זײַן אַזױ-װאָס? נאָר פֿון דיר איז אַלץ, און פֿון דײַן האַנט האָבן מיר דיר געגעבן. 15 װאָרעם פֿרעמדע זײַנען מיר פֿאַר דיר, און אײַנגעװאַנדערטע, אַזױ װי אַלע אונדזערע עלטערן; אַזױ װי אַ שאָטן זײַנען אונדזערע טעג אױף דער ערד, און אָן אַ באַשטאַנד. 16 ה׳ אלוקינו, דאָס דאָזיקע גאַנצע רײַכטום װאָס מיר האָבן אָנגעגרײט אױף דיר צו בױען אַ הױז פֿאַר דײַן הײליקן נאָמען, איז פֿון דײַן האַנט, און אַלץ איז דײַן. 17 און איך װײס, מײַן ג-ט, אַז דו פּרוּװסט דאָס האַרץ, און באַגערסט רעכטפֿאַרטיקײט. איך האָב מיט רעכטפֿאַרטיקײט פֿון מײַן האַרצן מנדבֿ געװען דאָס אַלץ; און אַצונד האָב איך געזען מיט שׂימחה װי דײַן פֿאָלק װאָס געפֿינט זיך דאָ האָט מנדבֿ געװען צו דיר. 18 ה׳ אלוקי אבֿרהם, יִצחָק, און יִשׂרָאֵל, אונדזערע עלטערן, האַלט דאָס אָן אױף אײביק, די טראַכטונג פֿון די געדאַנקען פֿון דײַן פֿאָלקס האַרצן, און קער זײער האַרץ צו דיר. 19 און שלמהן מײַן זון גיב אַ גאַנץ האַרץ צו היטן דײַנע געבאָט, דײַנע צײגנים, און דײַנע געזעצן, און צו טאָן דאָס אַלץ, און צו בױען דעם פּאַלאַץ װאָס איך האָב צוגעגרײט.
20 און דָוִד האָט געזאָגט צו דער גאַנצער אײַנזאַמלונג: לױבט נון ה׳ אלוקיכם. און די גאַנצע אײַנזאַמלונג האָט געלױבט ה׳ דעם אלוקי זײערע עלטערן, און זײ האָבן זיך גענײגט און זיך געבוקט צו ה׳ און צום מלך. 21 און זײ האָבן געשלאַכט שלאַכטאָפּפֿער צו ה׳, און אױפֿגעבראַכט בראַנדאָפּפֿער צו ה׳, אױף מאָרגן פֿון יענעם טאָג, טױזנט אָקסן, טױזנט װידערס, טױזנט שעפּסן, מיט זײערע גיסאָפּפֿער, און שלאַכטאָפּפֿער לרובֿ פֿאַר גאַנץ יִשׂרָאֵל. 22 און זײ האָבן געגעסן און געטרונקען פֿאַר ה׳ אין יענעם טאָג מיט גרױס שׂימחה, און זײ האָבן אַ צװײט מאָל געמאַכט שלמה דעם זון פֿון דָוִדן פֿאַר אַ מלך, און געזאַלבט פֿאַר אַ פֿירשט פֿון ה׳, און צָדוֹקן פֿאַר אַ כּהן.
23 און שלמה האָט זיך געזעצט אױף דעם טראָן פֿון ה׳ פֿאַר אַ מלך אױף דעם אָרט פֿון זײַן פֿאָטער דָוִדן, און ער האָט באַגליקט. און גאַנץ יִשׂרָאֵל האָבן זיך צוגעהערט צו אים. 24 און אַלע האַרן, און די גיבוֹרים, און אױך אַלע זין פֿון דעם מלך דָוִד, האָבן זיך אונטערװאָרפֿן אונטער שלמה המלך. 25 און ה׳ האָט שלמהן הױך געגרײסט פֿאַר די אױגן פֿון גאַנץ יִשׂרָאֵל, און ער האָט געגעבן אױף אים אַ קיניגלעכן גלאַנץ װאָס איז נישט געװען אױף קײן מלך איבער יִשׂרָאֵל פֿאַר אים.
26 און דָוִד דער זון פֿון יִשַין האָט געקיניגט איבער גאַנץ יִשׂרָאֵל. 27 און די טעג װאָס ער האָט געקיניגט איבער יִשׂרָאֵל, זײַנען געװען פֿערציק יאָר: אין חֶבֿרוֹן האָט ער געקיניגט זיבן יאָר, און אין ירושָלַיִם האָט ער געקיניגט דרײַ און דרײַסיק. 28 און ער איז געשטאָרבן אין אַ גוטער עלטער, זאַט מיט טעג, עוֹשר, און כּבֿוד; און זײַן זון שלמה איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט. 29 און די זאַכן װעגן דָוִדן, די ערשטע אַזױ װי לעצטע, זײ זײַנען באַשריבן אין די װערטער פֿון שמוּאֵל דעם זעער, און אין די װערטער פֿון נָתָן דעם נבֿיא, און אין די װערטער פֿון גָד דעם זעער, 30 מיט זײַן גאַנצער מלוכה, און זײַנע גבֿורות, און די צײַטן װאָס זײַנען אַריבער איבער אים און איבער יִשׂרָאֵל, און איבער אַלע קיניגרײַכן פֿון די לענדער.