Publicidade

2 Crônicas 1

1 און שלמה דער זון פֿון דָוִדן האָט זיך באַפֿעסטיקט אין זײַן מלוכה, און ה׳ זײַן ג-ט איז געװען מיט אים, און האָט אים הױך געגרײסט. 2 און שלמה האָט גערעדט צו גאַנץ יִשׂרָאֵל, צו די הױפּטלײַט פֿון די טױזנטן און די הונדערטן, און צו די ריכטער, און צו איטלעכן פֿירשט אין גאַנץ יִשׂרָאֵל, די הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער. 3 און שלמה און די גאַנצע אײַנזאַמלונג מיט אים זײַנען געגאַנגען צו דער בָמָה װאָס אין גִבֿעוֹן, װאָרעם דאָרטן איז געװען דער אוֹהל-מוֹעד פֿון האלֹקים, װאָס משה דער קנעכט פֿון ה׳ האָט געמאַכט אין מדבר. 4 נאָר דעם אָרון פֿון האלֹקים האָט דָוִד אַרױפֿגעבראַכט פֿון קִריַת-יְעָרים אַהין װוּ דָוִד האָט צוגעגרײט פֿאַר אים, װאָרעם ער האָט אױפֿגעשטעלט פֿאַר אים אַ געצעלט אין ירושָלַיִם. 5 אָבער דער קופּערנער מזבח װאָס בצַלאֵל דער זון פֿון אורי דעם זון פֿון חורן האָט געמאַכט, האָט מען אַװעקגעשטעלט פֿאַר דעם מישכּן פֿון ה׳; און שלמה און די אײַנזאַמלונג האָבן זיך צו אים געװענדט. 6 און שלמה האָט אױפֿגעבראַכט דאָרטן אױפֿן קופּערנעם מזבח פֿאַר ה׳ װאָס בײַם אוֹהל-מוֹעד; און ער האָט אױפֿגעבראַכט אױף אים טױזנט בראַנדאָפּפֿער.

7 אין יענער נאַכט האָט זיך אלֹקים באַװיזן צו שלמהן, און ער האָט צו אים געזאָגט: בעט װאָס איך זאָל דיר געבן. 8 האָט שלמה געזאָגט צו אלֹקים: דו האָסט געטאָן גרױס חֶסֶד מיט מײַן פֿאָטער דָוִדן, און האָסט מיך געמאַכט פֿאַר אַ מלך אױף זײַן אָרט. 9 אַצונד, ה׳ דו אלֹקים, זאָל באַװאָרט װערן דײַן צוזאָג צו מײַן פֿאָטער דָוִדן, װאָרעם דו האָסט מיך געמאַכט פֿאַר אַ מלך איבער אַ פֿאָלק אַזױ פֿיל װי דער שטױב פֿון דער ערד. 10 אַצונד גיב מיר חכמה און קענשאַפֿט, אַז איך זאָל אַרױסגײן און אַרײַנגײן פֿאַרױס פֿאַר דעם דאָזיקן פֿאָלק, װאָרעם װער קען משפּטן דאָס דאָזיקע גרױסע פֿאָלק דײַנס?

11 האָט אלֹקים געזאָגט צו שלמהן: װײַל דאָס איז אין דײַן האַרצן, און נישט דו האָסט געבעטן עשירות, גיטער, און כּבֿוד, אָדער דאָס לעבן פֿון דײַנע פֿײַנט, און נישט צו מאָל פֿיל טעג האָסטו געבעטן, נײַערט דו האָסט דיר געבעטן חכמה און קענשאַפֿט, כּדי זאָלסט קענען משפּטן מײַן פֿאָלק װאָס איך האָב דיך געמאַכט פֿאַר אַ מלך איבער אים – 12 װערט דיר אי געגעבן חכמה און קענשאַפֿט, אי איך װעל דיר געבן עשירות און גיטער און כּבֿוד, װאָס אַזױ-װאָס איז נישט געװען בײַ די מלכים װאָס פֿאַר דיר, און אַזױ-װאָס װעט נישט זײַן נאָך דיר.

13 און שלמה איז צוריקגעקומען פֿון גײן צו דער בָמָה װאָס אין גִבֿעוֹן, פֿון פֿאַר דעם אוֹהל-מוֹעד, קײן ירושָלַיִם; און ער האָט געקיניגט איבער יִשׂרָאֵל.

14 און שלמה האָט אָנגעזאַמלט רײַטװעגן און רײַטער, און ער האָט געהאַט טױזנט און פֿיר הונדערט רײַטװעגן און צװעלף טױזנט רײַטער. און ער האָט זײ אַװעקגעשטעלט אין די שטעט פֿאַר רײַטװעגן, און בײַם מלך אין ירושָלַיִם.

15 און דער מלך האָט געמאַכט זילבער און גאָלד אין ירושָלַיִם אַזױ װי שטײנער, און צעדערן האָט ער געמאַכט אַזױ װי די װילדע פֿײַגנבײמער װאָס אין דער נידערונג, אין פֿילקײט.

16 און דער אַרױסקום פֿון די פֿערד װאָס שלמה האָט געהאַט, איז געװען פֿון מִצרַיִם און פֿון קוֵא; די סוחרים פֿון דעם מלך פֿלעגן זײ קריגן פֿון קוֵא פֿאַר געצאָלט. 17 און זײ האָבן אַרױפֿגעבראַכט און אַרױסגעפֿירט פֿון מִצרַיִם אַ רײַטװאָגן פֿאַר זעקס הונדערט זילבערשטיק, און אַ פֿערד פֿאַר הונדערט און פֿופֿציק; און דאָס גלײַכן פֿאַר אַלע מלכים פֿון די חִתּים, און די מלכים פֿון אַרָם, פֿלעגט מען אַרױסברענגען דורך זײער האַנט.

18 און שלמה האָט געהײסן בױען אַ הױז צו דעם נאָמען פֿון ה׳, און אַ הױז פֿאַר זײַן מלוכה.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-