1 און אױפֿן זיבעטן יאָר האָט זיך יהוֹיָדָע געשטאַרקט, און ער האָט אַרײַנגענומען די הױפּטלײַט פֿון די הונדערטן, עזריה דעם זון פֿון ירוֹחָמען, און יִשמָעֵאל דעם זון פֿון יהוֹחָנָנען, און עַזַריָהו דעם זון פֿון עוֹבֿדן, און מַעֲשֵׂיָהו דעם זון פֿון עדיהון, און אלישפֿט דעם זון פֿון זִכרין, מיט זיך אין אַ ברית. 2 און זײ זײַנען אַרומגעגאַנגען אין יהוּדה, און האָבן אײַנגעזאַמלט די לוִיִים פֿון אַלע שטעט פֿון יהוּדה, און די הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון יִשׂרָאֵל, און זײ זײַנען געקומען קײן ירושָלַיִם. 3 און די גאַנצע אײַנזאַמלונג האָט געשלאָסן אַ ברית מיטן מלך אין הױז פֿון אלֹקים; און ער האָט צו זײ געזאָגט: אָט, זאָל דער זון פֿון מלך קיניגן, אַזױ װי ה׳ האָט גערעדט װעגן די זין פֿון דָוִדן. 4 דאָס איז די זאַך װאָס איר זאָלט טאָן: אַ דריטל פֿון אײַך, די װאָס קומען אַרײַן שבת, פֿון די כּהנים און פֿון די לוִיִים, זאָלן זײַן פֿאַר טױערלײַט בײַ די שװעלן; 5 און אַ דריטל פֿון אײַך אין מלכס הױז, און אַ דריטל אין דעם גרונטטױער; און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זײַן אין די הױפֿן פֿון ה׳ס הױז. 6 און קײנער זאָל נישט אַרײַנקומען אין הױז פֿון ה׳, נאָר די כּהנים, און די װאָס באַדינען פֿון די לוִיִים; זײ מעגן אַרײַנקומען, װאָרעם זײ זײַנען הײליק. אָבער דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל אָפּהיטן די אָפּהיטונג פֿון ה׳. 7 און די לוִיִים זאָלן אַרומרינגלען דעם מלך רונד אַרום, איטלעכער מיט זײַנע װאַפֿן אין זײַן האַנט; און דער װאָס קומט אַרײַן אין הױז, זאָל געטײט װערן. און זײַט מיט דעם מלך בײַ זײַן אַרײַנגײן און בײַ זײַן אַרױסגײן.
8 האָבן די לוִיִים אין גאַנץ יהוּדה געטאָן אַזױ װי אַלץ װאָס יהוֹיָדָע דער כּהן האָט באַפֿױלן, און זײ האָבן געבראַכט איטלעכער זײַנע מענטשן, די װאָס קומען אַרײַן שבת, מיט די װאָס גײען אַרױס שבת, װאָרעם יהוֹיָדָע דער כּהן האָט נישט אַװעקגעלאָזט די אָפּטײלונגען. 9 און יהוֹיָדָע דער כּהן האָט געגעבן די הױפּטלײַט פֿון די הונדערטן די שפּיזן און די פּאַנצערס און די שילדן פֿון דעם מלך דָוִד, װאָס אין הױז פֿון אלֹקים. 10 און ער האָט אַרױסגעשטעלט דאָס גאַנצע פֿאָלק, איטלעכן מיט זײַן װאַפֿן אין זײַן האַנט, פֿון דער רעכטער זײַט פֿון הױז ביז דער לינקער זײַט פֿון הױז, בײַם מזבח און בײַם הױז, לעבן מלך רונד אַרום. 11 און זײ האָבן אַרױסגעפֿירט דעם מלכס זון, און האָבן אָנגעטאָן אױף אים די קרױן און די צײגנים, און האָבן אים געמאַכט פֿאַר אַ מלך. און יהוֹיָדָע און זײַנע זין האָבן אים געזאַלבט, און זײ האָבן געזאָגט: לעבן זאָל דער מלך.
12 און עַתַליָהו האָט געהערט דעם קֹול פֿון דעם פֿאָלק װאָס לױפֿט און לױבט דעם מלך, און זי איז געקומען צום פֿאָלק אין ה׳ס הױז. 13 און זי האָט געזען, ערשט דער מלך שטײט אױף זײַן בימה אין אײַנגאַנג, און די האַרן און די טרומײטערערס לעבן מלך, און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון לאַנד פֿרײט זיך און בלאָזט אין טרומײטן, און די זינגערס מיט כּלי־זמר װאָס פֿירן פֿאָן דעם לױב-געזאַנג; האָט עַתַליָהו צעריסן אירע קלײדער, און האָט געזאָגט: אַ בונט! אַ בונט!
14 האָט יהוֹיָדָע אַרױסגעפֿירט די הױפּטלײַט פֿון די הונדערטן, די אױפֿזעער פֿון חיל, און ער האָט צו זײ געזאָגט: פֿירט זי אַרױס אינעװײניק פֿון די רײען, און דער װאָס גײט איר נאָך, זאָל געטײט װערן מיטן שװערד. װאָרעם דער כּהן האָט געזאָגט: איר זאָלט זי נישט טײטן אין הױז פֿון ה׳.
15 האָבן זײ געמאַכט פֿאַר אים אָרט, און זי איז אַרײַנגעגאַנגען דורך דעם אײַנגאַנג פֿון פֿערדטױער אין מלכס הױז; און זײ האָבן זי דאָרטן געטײט.
16 און יהוֹיָדָע האָט געשלאָסן אַ ברית צװישן אים און צװישן דעם גאַנצן פֿאָלק און צװישן מלך, צו זײַן צום פֿאָלק פֿון ה׳. 17 און דאָס גאַנצע פֿאָלק איז אַרײַנגעגאַנגען אין הױז פֿון בַעַל, און האָבן עס אײַנגעװאָרפֿן, פֿון זײַנע מזבחות און זײַנע בילדער האָבן זײ צעבראָכן, און מַתּן דעם כּהן פֿון בַעַל האָבן זײ געהרגעט פֿאַר די מזבחות.
18 און יהוֹיָדָע האָט געגעבן די אױפֿזעונג פֿון ה׳ס הױז אין דער האַנט פֿון די כּהנים פֿון שבֿט לֵוִי, װאָס דָוִד האָט אײַנגעטײלט איבער דעם הױז פֿון ה׳, אױפֿצוברענגען די בראַנדאָפּפֿער פֿון ה׳, אַזױ װי עס שטײט געשריבן אין תּוֹרת-משה, מיט שׂימחה, און מיט געזאַנג לױט דעם אײַנשטעל פֿון דָוִדן. 19 און ער האָט געשטעלט די טױערלײַט בײַ די טױערן פֿון ה׳ס הױז, אַז דער װאָס איז אומרײן פֿון װאָסער עס איז זאַך, זאָל נישט אַרײַנקומען. 20 און ער האָט גענומען די הױפּטלײַט פֿון די הונדערטן, און די גרױסע לײַט, און די געװעלטיקער איבער דעם פֿאָלק, און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון לאַנד, און האָט אַראָפּגעבראַכט דעם מלך פֿון ה׳ס הױז, און זײ זײַנען אַרײַנגעגאַנגען דורך דעם אױבערשטן טױער אין מלכס הױז, און האָבן אַרױפֿגעזעצט דעם מלך אױף דעם טראָן פֿון מלוכה.
21 און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט זיך געפֿרײט, און די שטאָט איז געװען רויִק. און עַתַליָהון האָבן זײ געטײט מיטן שװערד.