Publicidade

2 Crônicas 25

1 פֿינף און צװאַנציק יאָר איז אַמַציָהו געװאָרן מלך, און נײַן און צװאַנציק יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען יהוֹיָדָן פֿון ירושָלַיִם. 2 און ער האָט געטאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון ה׳, אָבער נישט מיט אַ גאַנצן האַרצן.

3 און עס איז געװען, װי די מלוכה איז געװען באַפֿעסטיקט בײַ אים, אַזױ האָט ער געהרגעט זײַנע קנעכט װאָס האָבן דערשלאָגן זײַן פֿאָטער דעם מלך. 4 אָבער זײערע קינדער האָט ער נישט געטײט, נײַערט אַזױ װי עס שטײט געשריבן אין דער תּורה, אין דעם בוך פֿון משהן, װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן, אַזױ צו זאָגן: פֿאָטערס זאָלן נישט געטײט װערן פֿאַר קינדער און קינדער זאָלן נישט געטײט װערן פֿאַר פֿאָטערס; נײַערט יעטװעדער פֿאַר זײַן זינד זאָל געטײט װערן.

5 און אַמַציָהו האָט אײַנגעזאַמלט יהוּדה, און האָט זײ אױסגעשטעלט לױט די פֿאָטערהײַזער, לױט די הױפּטלײַט פֿון די טױזנטן און לױט די הױפּטלײַט פֿון די הונדערטן, גאַנץ יהוּדה און בנימין; און ער האָט זײ געצײלט פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, און האָט זײ געפֿונען דרײַ הונדערט טױזנט געקליבענע מענער, װאָס קענען אַרױסגײן אין חיל, װאָס האַלטן אַ שפּיז און אַ שילד.

6 און ער האָט אָנגעדונגען פֿון יִשׂרָאֵל הונדערט טױזנט העלדישע גיבוֹרים פֿאַר הונדערט צענטנער זילבער.

7 און אַ מאַן פֿון ג-ט איז געקומען צו אים, אַזױ צו זאָגן: מלך, זאָל דער חיל פֿון יִשׂרָאֵל נישט גײן מיט דיר, װײַל ה׳ איז נישט מיט יִשׂרָאֵל, מיט אַלע קינדער פֿון אפֿרים. 8 װאָרעם אַז דו װעסט גײן, מעגסטו פֿירן װי שטאַרק די מלחמה, װעט דיך האלֹקים מאַכן פֿאַלן פֿאַר דעם פֿײַנט, װײַל בײַ אלֹקים איז די מאַכט צו העלפֿן און צו מאַכן פֿאַלן. 9 האָט אַמַציָהו געזאָגט צו דעם מאַן פֿון ג-ט: אָבער װאָס טוט מען װעגן די הונדערט צענטנער װאָס איך האָב געגעבן דער מחנה פֿון יִשׂרָאֵל? האָט דער מאַן פֿון ג-ט געזאָגט: ה׳ קען דיר געבן מער װי דאָס. 10 האָט זײ אַמַציָהו אָפּגעזונדערט, די מחנה װאָס איז צו אים געקומען פֿון אפֿרים, אױף צו גײן אַהײם; און זײער צאָרן האָט זײער געגרימט אױף יהוּדה, און זײ האָבן זיך אומגעקערט אַהײם אין גרימצאָרן.

11 און אַמַציָהו האָט זיך געשטאַרקט, און ער האָט אָנגעפֿירט זײַן פֿאָלק, און ער איז געגאַנגען צום טאָל פֿון זאַלץ, און האָט געשלאָגן פֿון די קינדער פֿון שֵׂעִיר צען טױזנט. 12 און צען טױזנט האָבן די קינדער פֿון יהוּדה געפֿאַנגען לעבעדיקערהײט, און זײ האָבן זײ געבראַכט אױפֿן שפּיץ פֿעלדז, און זײ אַראָפּגעװאָרפֿן פֿון שפּיץ פֿעלדז, ביז זײ זײַנען אַלע צעהאַקט געװאָרן.

13 אָבער די לײַט פֿון דער מחנה װאָס אַמַציָהו האָט אומגעקערט פֿון צו גײן מיט אים אין דער מלחמה, האָבן זיך צעשפּרײט איבער די שטעט פֿון יהוּדה, פֿון שוֹמרוֹן און ביז בֵית-חוֹרוֹן, און זײ האָבן פֿון זײ געשלאָגן דרײַ טױזנט, און האָבן גערױבט פֿיל רױב.

14 און עס איז געװען, נאָכדעם װי אַמַציָהו איז געקומען פֿון שלאָגן די אַדוֹמים, האָט ער געבראַכט די ג‑טער פֿון די קינדער פֿון שֵׂעִיר, און האָט זײ זיך אױפֿגעשטעלט פֿאַר ג‑טער, און ער פֿלעגט זיך בוקן פֿאַר זײ, און רײכערן צי זײ. 15 האָט דער צאָרן פֿון ה׳ געגרימט אױף אַמַציָהון, און ער האָט געשיקט צו אים אַ נבֿיא, און ער האָט צו אים געזאָגט: נאָך װאָס זוכסטו די ג‑טער פֿון דעם דאָזיקן פֿאָלק, װאָס האָבן נישט מציל געװען זײער פֿאָלק פֿון דײַן האַנט? 16 און עס איז געװען, אַז ער האָט גערעדט צו אים, האָט צו אים געזאָגט: האָבן מיר דיך פֿאַר דעם יוֹעץ פֿון מלך געמאַכט? הער דיר אױף; נאָך װאָס זאָל מען דיך שלאָגן? האָט דער נבֿיא אױפֿגעהערט, און ער האָט געזאָגט: איך װײס אַז אלֹקים האָט באַראָטן דיך אומצוברענגען, װײַל דו האָסט דאָס געטאָן, און האָסט נישט צוגעהערט צו מײַן עצה.

17 און אַמַציָהו דער מלך פֿון יהוּדה האָט זיך באַקלערט, און האָט געשיקט צו יוֹאָש דעם זון פֿון יהוֹאָחָז דעם זון פֿון יֵהוּאן, דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן: קום לאָמיר זיך אָנקוקן אין פּנים.

18 האָט יוֹאָש דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל געשיקט צו אַמַציָהו דעם מלך פֿון יהוּדה, אַזױ צו זאָגן: דעם דאָרן װאָס אין לבֿנוֹן האָט געשיקט צו דעם צעדערבױם װאָס אין לבֿנוֹן, אַזױ צו זאָגן: גיב דײַן טאָכטער צו מײַן זון פֿאַר אַ װײַב. איז פֿאַרבײַגעגאַנגען אַ װילדע חיה װאָס אין לבֿנוֹן, און האָט צעטראָטן דעם דאָרן. 19 דו קלערסט, אָט האָסט געשלאָגן אֶדוֹם, און דײַן האַרץ האָט דיך דערהױבן זיך צו באַרעמען. זיץ אַצונד אין דער הײם. נאָך װאָס זאָלסטו זיך רײצן מיט אומגליק, און פֿאַלן דו און יהוּדה מיט דיר.

20 אָבער אַמַציָהו האָט נישט צוגעהערט; װאָרעם דאָס איז געװען פֿון ה׳, כּדי זײ צו געבן אין דער האַנט, װײַל זײ האָבן געזוכט די ג‑טער פֿון אֶדוֹם. 21 און יוֹאָש דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל איז אַרױפֿגעגאַנגען, און ער און אַמַציָהו דער מלך פֿון יהוּדה האָבן זיך אָנגעקוקט אין פּנים אין בֵית-שֶמֶש װאָס געהערט צו יהוּדה. 22 און יהוּדה איז געשלאָגן געװאָרן פֿאַר יִשׂרָאֵל, און זײ זײַנען אַנטלאָפֿן איטלעכער צו זײַנע געצעלטן.

23 און אַמַציָהו דעם מלך פֿון יהוּדה, דעם זון פֿון יוֹאָש דעם זון פֿון יהוֹאָחָזן, האָט יוֹאָש דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל געכאַפּט אין בֵית-שֶמֶש, און האָט אים געבראַכט קײן ירושָלַיִם; און ער האָט דורכגעבראָכן די מױער פֿון ירושָלַיִם פֿון דעם טױער פֿון אפֿרים ביז דעם װינקלטױער, פֿיר הונדערט אײלן. 24 און דאָס גאַנצע גאָלד און זילבער, און אַלע כּלים, װאָס האָבן זיך געפֿונען אין הױז פֿון האלֹקים אונטער עוֹבֿד-אֶדוֹמען, און די אוצרות פֿון דעם מלכס הױז, און מַשכּון-קינדער, און האָט זיך אומגעקערט קײן שוֹמרוֹן.

25 און אַמַציָהו דער זון פֿון יוֹאָשן, דער מלך פֿון יהוּדה, האָט געלעבט נאָך דעם טױט פֿון יוֹאָש דעם זון פֿון יהוֹאָחָזן, דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל, פֿופֿצן יאָר.

26 און די איבעריקע זאַכן װעגן אַמַציָהו, די ערשטע אַזױ װי די לעצטע, זײ זײַנען שױן באַשריבן אין בוך פֿון די מלכים פֿון יהוּדה און יִשׂרָאֵל. 27 און פֿון דער צײַט אָן װאָס אַמַציָהו האָט זיך אָפּגעקערט פֿון הינטער ה׳, האָט מען געבונטעװעט אַ בונט אױף אים אין ירושָלַיִם; און ער איז אַנטלאָפֿן קײן לָכיש, אָבער מע האָט נאָכגעשיקט נאָך אים קײן לָכיש, און מע האָט אים דאָרטן געטײט. 28 און מע האָט אים געבראַכט אױף פֿערד, און מע האָט אים באַגראָבן לעבן זײַנע עלטערן אין דער שטאָט יהוּדה.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-