1 אין יענער נאַכט האָט זיך אָפּגעטאָן דער שלאָף פֿון מלך, און ער האָט געהײסן ברענגען דעם סֵפֿר-הזכרוֹנות פֿון די צײַט געשעענישן, און זײ זײַנען פֿאָרגעלײענט געװאָרן פֿאַרן מלך. 2 איז געפֿונען געװאָרן פֿאַרשריבן אַז מָרדכַי האָט אױסגעזאָגט אױף בגתָן און תֶּרֶש, די צװײ קאַמערדינער פֿון מלך, פֿון די שװעלהיטער, װאָס האָבן געזוכט אױסצושטרעקן אַ האַנט אױפֿן מלך אַחַשוֵרוֹש. 3 האָט דער מלך געזאָגט: װאָס פֿאַר אַ כּבֿוד און גדולה איז געטאָן געװאָרן מָרדכַין דערפֿאַר? האָבן געזאָגט די יונגען פֿון מלך, זײַנע משָרתים: קײן זאַך איז מיט אים נישט געטאָן געװאָרן. 4 האָט דער מלך געזאָגט: װער איז אין הױף? ערשט הָמָן קומט אין אױסװײניקסטן הױף פֿון דעם מלכס הױז, צו זאָגן דעם מלך, מע זאָל אױפֿהענגען מָרדכַין אױף דער תּליה װאָס ער האָט צוגעגרײט פֿאַר אים. 5 האָבן די יונגען פֿון מלך צו אים געזאָגט: אָן שטײט הָמָן אין הױף. האָט דער מלך געזאָגט: זאָל ער אַרײַנקומען. 6 איז הָמָן אַרײַנגעקומען, און דער מלך האָט צו אים געזאָגט: װאָס דאַרף מען טאָן מיט אַ מאַן װאָס דער מלך װיל אים אָנטאָן כּבֿוד? האָט הָמָן געקלערט בײַ זיך אין האַרצן: װעמען װעט דער מלך װעלן אָנטאָן כּבֿוד אַחוץ מיר? 7 און הָמָן האָט געזאָגט צום מלך: אַ מאַן װאָס דער מלך װיל אים אָנטאָן כּבֿוד – 8 זאָל מען ברענגען אַ מַלכותדיק קלײד װאָס דער מלך האָט זיך דערין אָנגעקלײדט, און אַ פֿערד װאָס דער מלך איז אױף אים געריטן, און װאָס אַ מַלכותדיקע קרױן איז אָנגעטאָן געװאָרן אױף זײַן קאָפּ. 9 און מע זאָל געבן דאָס קלײד און דעם פֿערד אױף דער האַנט פֿון אײנעם פֿון די האַרן פֿון מלך, די אַדללײַט, און מע זאָל אָנקלײדן דעם מאַן װאָס דער מלך װיל אים אָנטאָן כּבֿוד, און מע זאָל אים מאַכן רײַטן אױפֿן פֿערד דורך דער ברײטער גאַס פֿון שטאָט, און אױסרופֿן פֿאַר אים: אַזױ װערט געטאָן צו דעם מאַן װאָס דער מלך װיל אים אָנטאָן כּבֿוד. 10 האָט דער מלך געזאָגט צו הָמָנען: אײַל און נעם דאָס קלײד און דעם פֿערד, אַזױ װי דו האָסט גערעדט, און טו אַזױ צו מָרדכַי דעם ייִדן װאָס זיצט אין מלכס טױער; זאָלסט נישט לאָזן אָפּפֿאַַלן אַ װאָרט פֿון אַלץ װאָס דו האָסט גערעדט.
11 האָט הָמָן גענומען דאָס קלײד און דעם פֿערד, און ער האָט אָנגעקלײדט מָרדכַין, און האָט אים געמאַכט רײַטן דורך דער ברײטער גאַס פֿון שטאָט, און האָט פֿאַר אים אױסגערופֿן: אַזױ װערט געטאָן צו דעם מאַן װאָס דער מלך װיל אים אָנטאָן כּבֿוד.
12 און מָרדכַי האָט זיך אומגעקערט צום טױער פֿון מלך. אָבער הָמָן איז אַװעק אין האַסט אַהײם, טרױעריק און מיט אַ פֿאַרדעקטן קאָפּ. 13 און הָמָן האָט דערצײלט זײַן װײַב זֶרֶש און אַלע זײַנע גוטע פֿרײַנט אַלץ װאָס אים האָט געטראָפֿן. האָבן זײַנע קלוגע לײַט און זײַן װײַב זֶרֶש געזאָגט צו אים: אױב פֿון ייִדישן אָפּשטאַם איז דער מָרדכַי װאָס דו האָסט אָנגעהױבן פֿאַלן פֿאַר אים, װעסטו נישט אױספֿירן אַקעגן אים, נאָר פֿאַלן װעסטו פֿאַלן פֿאַר אים.
14 װי זײ רעדן נאָך מיט אים, אַזױ זײַנען אָנגעקומען דעם מלכס קאַמערדינער, און געאײַלט צו ברענגען הָמָנען צו דעם מאָלצײַט װאָס אֶסתֵּר האָט געמאַכט.