Publicidade

Ester 9

1 און אין צװעלפֿטן חודש, דאָס איז חודש אָדֶר, אין דרײַצנטן טאָג אין אים, װען דער אָנזאָג פֿון דעם מלך און זײַן באַפֿעל איז געקומען נאָנט צום געטאָן װערן, אין דעם טאָג װאָס די פֿײַנט פֿון די ייִדן האָבן געהאָפֿט צו געװעלטיקן איבער זײ, און עס איז געװאָרן פֿאַרקערט, אַז זײ, די ייִדן, האָבן געװעלטיקט איבער זײערע שָׂונאים, 2 האָבן זיך אײַנגעזאַמלט די ייִדן אין זײערע שטעט, אין אַלע מדינות פֿון מלך אַחַשוֵרוֹש אױסצושטרעקן אַ האַנט אױף די װאָס האָבן געזוכט אױף זײ בײז; און קײנער איז נישט באַשטאַנען אַקעגן זײ, װאָרעם זײער מורא איז געפֿאַלן אױף אַלע פֿעלקער. 3 און אַלע האַרן פֿון די מדינות, און די סאַטראַפּן, און די פֿירשטן, און דעם מלכס װירטשאַפֿטער, האָבן אונטערגעהאָלפֿן די ייִדן, װאָרעם די מורא פֿאַר מָרדכַין איז געפֿאַלן אױף זײ. 4 װײַל מָרדכַי איז געװען גרױס אין הױז פֿון מלך, און זײַן שם איז געגאַנגען אין אַלע מדינות; װאָרעם דער מאַן מָרדכַי איז געװאָרן אַלץ גרעסער. 5 און די ייִדן האָבן געשלאָגן צװישן אַלע זײערע פֿײַנט אַ שלאַק פֿון שװערד און טײטונג און פֿאַרטיליקונג, און זײ האָבן געטאָן מיט זײערע שָׂונאים לױט זײער װילן. 6 און אין דער הױפּטשטאָט שושַן האָבן די ייִדן געהרגעט און אומגעבראַכט פֿינף הונדערט מאַן. 7 אױך פַּרשַנדָתאָ, און דַלפֿון, און אַספָּתאָ, 8 און פּוֹרָתאָ, און אַדַלְיאָ, און אַרידָתאָ. 9 און פַּרמַשתּאָ, און אַריסַי, און אַרידַי און װאַיזָתאָ, 10 די צען זין פֿון הָמָן דעם זון פֿון הַמדָתאָן, דעם צוֹרר הַיהודים, האָבן זײ געהרגעט; אָבער צום רױב האָבן זײ נישט אױסגעשטרעקט זײער האַנט.

11 אין יענעם טאָג איז געקומען די צאָל פֿון די הרוגים אין דער הױפּטשטאָט שושַן, פֿאַר דעם מלך. 12 האָט דער מלך געזאָגט צו אֶסתֵּר המלכּה: אין דער הױפּטשטאָט שושַן האָבן די ייִדן געהרגעט און אומגעבראַכט פֿינף הונדערט מאַן, און הָמָנס צען זין; װאָס שױן האָבן זײ געטאָן אין די איבעריקע מדינות פֿון מלך! און װאָס נאָר דײַן פֿאַרלאַנג, װעט דיר געגעבן װערן, און װאָס נאָך דײַן בקשה, װעט געטאָן װערן. 13 האָט אֶסתֵּר געזאָגט: אױב דעם מלך איז װױלגעפֿעלן, זאָל אױך מאָרגן געגעבן װערן די ייִדן װאָס אין שושַן צו טאָן אַזױ װי דער באַפֿעל פֿון הײַנט; און די צען זין פֿון הָמָנען זאָל מען אױפֿהענגען אױף דער תּליה. 14 האָט דער מלך געהײסן אַז אַזױ זאָל געטאָן װערן, און אַ באַפֿעל איז אַרױסגעגעבן געװאָרן אין שושַן; און די צען זין פֿון הָמָנען האָט מען אױפֿגעהאַנגען. 15 און די ייִדן װאָס אין שושַן האָבן זיך אײַנגעזאַמלט אױך אין פֿערצנטן טאָג פֿון חודש אָדֶר, און האָבן אױסגעהרגעט אין שושַן דרײַ הונדערט מאַן; אָבער צום רױב האָבן זײ נישט אױסגעשטרעקט זײער האַנט.

16 און די איבעריקע ייִדן װאָס אין די מדינות פֿון מלך האָבן זיך אײַנגעזאַמלט, און זיך געשטעלט פֿאַר זײער לעבן, און זײ זײַנען לױז געװאָרן פֿון זײערע פֿײַנט, און האָבן אױסגעהרגעט פֿון זײערע שָׂונאים פֿינף און זיבעציק טױזנט; אָבער צום רױב האָבן זײ נישט אױסגעשטרעקט זײער האַנט.

17 דאָס איז געװען אין דרײַצנטן טאָג פֿון חודש אָדֶר; און אין פֿערצנטן טאָג אין אים האָבן זײ גערוט, און האָבן אים געמאַכט פֿאַר אַ טאָג פֿון אַ סעודה און אַ שׂימחה. 18 אָבער די ייִדן װאָס אין שושַן האָבן זיך אײַנגעזאַמלט אין דרײַצנטן און אין פֿערצנטן טאָג אין אים, און אין פֿופֿצנטן טאָג אין אים האָבן זײ גערוט, און האָבן אים געמאַכט פֿאַר אַ טאָג פֿון אַ סעודה און אַ שׂימחה. 19 דערום מאַכן די ייִדן פֿון די אָפֿענע ערטער, די װאָס זיצן אין אָפֿענע שטעט, אין פֿערצנטן טאָג פֿון חודש אָדֶר אַ שׂימחה און אַ סעודה און אַ יוֹם-טובֿ, מיט שַלַח-מָנות פֿון אײנעם צום אַנדערן.

20 און מָרדכַי האָט אױפֿגעשריבן די דאָזיקע זאַכן, און ער האָט געשיקט בריװ צו אַלע ייִדן װאָס אין אַלע מדינות פֿון מלך אַחַשוֵרוֹש, די נאָנטע און די װײַטע, 21 צו באַפֿעסטיקן אױף זײ, אַז זײ זאָלן האַלטן דעם פֿערצנטן טאָג פֿון חודש אָדֶר, און דעם פֿופֿצנטן טאָג אין אים, אַלע יאָר אין יאָר, 22 אַזױ װי די טעג װאָס די ייִדן זײַנען לױז געװאָרן פֿון זײערע פֿײַנט, און דעם חודש װאָס איז זײ פֿאַרקערט געװאָרן פֿון קומער אין אַ שׂימחה, און פֿון טרױער אין אַ יוֹם-טובֿ; זײ צו מאַכן פֿאַר טעג פֿון אַ סעודה און אַ שׂימחה, מיט שַלַח-מָנות פֿון אײנעם צום אַנדערן, און מתָּנות צו אָרימע לײַט. 23 און די ייִדן האָבן אָנגענומען װאָס זײ האָבן אָנגעהױבן צו טאָן, און װאָס מָרדכַי האָט צו זײ געשריבן. 24 װאָרעם הָמָן דער זון פֿון הַמדָתאָן, דער אַגָגי, דער צוֹרר אױף אַלע ייִדן, האָט געטראַכט אױף די ייִדן זײ אונטערצוברענגען, 25 און ער האָט עװאָרפֿן אַ פּור, דאָס איז אַ גורל, זײ צו פֿאַרטומלען און זײ אונטערצוברענגען. אָבער אַז זי איז געקומען פֿאַרן מלך, האָט ער אָנגעזאָגט מיט אַ בריװ, אַז זײַן בײזע מחשבֿה װאָס ער האָט געטראַכט אױף די ייִדן, זאָל זיך אומקערן אױף זײַן קאָפּ; און מע האָט אױפֿגעהאַנגען אים און זײַנע זין אױף דער תּליה. 26 דערום האָט מען גערופֿן די דאָזיקע טעג פּורים, אױף דעם נאָמען פּור. דערפֿאַר, פֿון װעגן די װערטער פֿון דעם דאָזיקן בריװ, און װאָס זײ האָבן זיך אָנגעזען דערפֿון, און װאָס זײ איז געשען, 27 האָבן די ייִדן באַפֿעסטיקט און גענומען אױף זיך, און אױף זײערע קינדער, און אױף אַלע װאָס באַהעפֿטן זיך אָן זײ, אַז עס זאָל נישט בטל װערן, צו האַלטן די דאָזיקע צװײ טעג, אַזױ װי עס איז געשריבן װעגן זײ, און לױט זײער צײַט, אַלע יאָר פֿאַר יאָר. 28 און די דאָזיקע טעג זאָלן געדאַכט װערן, און געהאַלטן װערן אין איטלעכן דור, איטלעכער משפּחה, איטלעכער מדינה, און איטלעכער שטאָט; און די דאָזיקע טעג פֿון פּורים זאָלן נישט אָפּגעשאַפֿט װערן פֿון צװישן ייִדן, און זײער געדעכעניש זאָל נישט אױפֿהערן בײַ זײערע קינדער.

29 און אֶסתֵּר המלכּה, די טאָכטער פֿון אַבֿיהַיִלן, און מָרדכַי דער ייִד, האָבן געשריבן מיט גאָרער שטאַרקײט, צו באַפֿעסטיקן דעם דאָזיקן צװײטן בריװ װעגן פּורים. 30 און ער האָט צעשיקט בריװ צו אַלע ייִדן, צו די הונדערט און זיבן און צװאַנציק מדינות פֿון אַחַשוֵרוֹשעס קיניגרײַך, מיט װערטער פֿון פֿריד און װאָרהאַפֿטיקײט, 31 אַז זײ זאָלן באַפֿעסטיקן די דאָזיקע טעג פֿון פּורים אין זײערע צײַטן, אַזױ װי מָרדכַי דער ייִד און אֶסתֵּר המלכּה האָבן באַפֿעסטיקט אױף זײ, און אַזױ װי זײ האָבן באַפֿעסטיקט אױף זיך אַלײן און אױף זײערע קינדער, די אָנזאָגן װעגן די תָּענֵיתים און זײער קלאָג. 32 און אֶסתֵּרס באַפֿעל האָט באַפֿעסטיקט די דאָזיקע אָנזאָגן װעגן פּורים; און עס איז פֿאַרשריבן געװאָרן אין אַ בוך.

Veja também

Publicidade
Ester
Ver todos os capítulos de Ester
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-