1 נאָך די דאָזיקע געשעענישן האָט דער מלך אַחַשוֵרוֹש געגרײסט הָמָן דעם זון פֿון הַמדָתאָן, דעם אַגָגי, און ער האָט אים דערהױבן און געשטעלט זײַן שטול איבער אַלע האַרן װאָס בײַ אים. 2 און אַלע קנעכט פֿון מלך װאָס אין מלכס טױער האָבן זיך געקניט און געבוקט צו הָמָנען, װאָרעם אַזױ האָט דער מלך באַפֿױלן װעגן אים; נאָר מָרדכַי פֿלעגט זיך נישט קניען און נישט בוקן. 3 האָבן די קנעכט פֿון מלך װאָס אין מלכס טױער געזאָגט צו מָרדכַין: פֿאַר װאָס טרעטסטו איבער דעם באַפֿעל פֿון מלך? 4 און עס איז געװען, אַז זײ האָבן דאָס צו אים געזאָגט טאָג פֿאַר טאָג, און ער האָט נישט צוגעהערט צו זײ, אַזױ האָבן זײ דערצײלט הָמָנען, כּדי צו זען אױב מָרדכַיס װערטער װעלן באַשטײן; װאָרעם ער האָט זײ געזאָגט אַז ער איז אַ ייִד. 5 און װי הָמָן האָט געזען אַז מָרדכַי קניט זיך נישט און בוקט זיך נישט צו אים, אַזױ איז הָמָן געװאָרן פֿול מיט גרימצאָרן. 6 און ער האָט פֿאַראַכט אין זײַנע אױגן אױסצושטרעקן אַ האַנט אױף מָרדכַין אַלײן; װאָרעם מע האָט אים געזאָגט דאָס פֿאָלק פֿון מָרדכַין; נאָר הָמָן האָט געזוכט צו פֿאַרטיליקן אַלע ייִדן װאָס אין גאַנצן קיניגרײַך פֿון אַחַשוֵרוֹשן, דאָס פֿאָלק פֿון מָרדכַין.
7 אין ערשטן חודש, דאָס איז חודש ניסן, אין צװעלפֿטן יאָר פֿון מלך אַחַשוֵרוֹש, האָט מען געװאָרפֿן אַ פּור, דאָס איז אַ גורל, פֿאַר הָמָנען, פֿון טאָג אױף טאָג, און פֿון חודש אױף חודש, ביז צום צװעלפֿטן חודש, דאָס איז חודש אָדֶר.
8 און הָמָן האָט געזאָגט צום מלך אַחַשוֵרוֹש: פֿאַראַן אײן פֿאָלק, צעזײט און צעשפּרײט צװישן די פֿעלקער אין אַלע מדינות פֿון דײַן קיניגרײַך, און זײערע געזעצן זײַנען אַנדערש װי בײַ איטלעכן פֿאָלק, און די געזעצן פֿון מלך טוען זײ נישט, און דעם מלך לױנט זיך נישט זײ צו לאָזן בלײַבן. 9 אױב דעם מלך איז װױלגעפֿעלן, זאָל געשריבן װערן זײ אומצוברענגען, און איך װעל אָפּװעגן צען טױזנט צענטנער זילבער אױף די הענט פֿון די װירטשאַפֿטער, אױף אַרײַנצוברענגען אין די שאַצקאַמערן פֿון מלך. 10 האָט דער מלך אַראָפּגענומען זײַן זיגלרינג פֿון זײַן האַנט, און האָט אים געגעבן צו הָמָן דעם זון פֿון הַמדָתאָן, דעם אַגָגי, דעם צוֹרר הַיהודים. 11 און דער מלך האָט געזאָגט צו הָמָנען: דאָס געלט װערט דיר געשאָנקען, און אױך דאָס פֿאָלק, צו טאָן מיט אים װי עס איז גוט אין דײַנע אױגן.
12 און די שרײַבער פֿון מלך זײַנען גערופֿן געװאָרן אין ערשטן חודש, אין דרײַצנטן טאָג אין דעם, און עס איז געשריבן געװאָרן אַזױ װי אַלץ װאָס הָמָן האָט באַפֿױלן, צו די סאַטראַפּן פֿון מלך, און צו די פֿירשטן װאָס איבער איטלעכער מדינה, און צו די האַרן פֿון איטלעכן פֿאָלק; איטלעכער מדינה לױט איר כּתבֿ, און איטלעכן פֿאָלק לױט זײַן לשון, געשריבן אין נאָמען פֿון מלך אַחַשוֵרוֹש, און געחתמעט מיטן זיגלרינג פֿון מלך.
13 און בריװ זײַנען צעשיקט געװאָרן דורך דער האַנט פֿון לױפֿערס צו אַלע מדינות פֿון מלך, צו פֿאַרטיליקן, צו הרגען, און אומצוברענגען אַלע ייִדן, פֿון יונג ביז אַלט, קלײנע קינדער און װײַבער, אין אײן טאָג, און דרײַצנטן טאָג פֿון צװעלפֿטן חודש, דאָס איז חודש אָדֶר, און צו צערױבן זײער פֿאַרמעג. 14 דער נוסח פֿון דעם געשריפֿטס זאָל אַרױסגעגעבן װערן פֿאַר אַ באַפֿעל אין איטלעכער מדינה, באַקאַנט געמאַכט צו אַלע פֿעלקער, אַז זײ זאָלן זײַן אָנגעברײט פֿאַר דעם דאָזיקן טאָג.
15 זײַנען די לױפֿערס אַרױס אין געאײַלט מיט דעם מלכס אָנזאָג, און דאָס געזעץ איז אַרױסגעגעבן געװאָרן אין דער הױפּטשטאָט שושַן. און דער מלך און הָמָן האָבן זיך געזעצט טרינקען, און די שטאָט שושַן איז געװען צעטומלט.