1 אין יענעם טאָג האָט דער מלך אַחַשוֵרוֹש אַװעקגעגעבן צו אֶסתֵּר המלכּה דאָס הױז פֿון הָמָן דעם צוֹרר הַיהודים. און מָרדכַי איז געקומען פֿאַרן מלך, װאָרעם אֶסתֵּר האָט אים דערצײלט, װאָס ער איז אירער. 2 און דער מלך האָט אַראָפּגענומען זײַן זיגלרינג װאָס ער האָט אַװעקגענומען פֿון הָמָנען, און האָט אים געגעבן מָרדכַין; און אֶסתֵּר האָט אױפֿגעזעצט מָרדכַין איבער הָמָנס הױז.
3 און אֶסתֵּר האָט װידער גערעדט פֿאַרן מלך, און זי איז געפֿאַלן פֿאַר זײַנע פֿיס, און האָט געװײנט און געבעטן בײַ אים, אָפּצוטאָן דאָס בײז פֿון הָמָן דעם אַגָגי, און זײַן טראַכטונג װאָס ער האָט געטראַכט אַקעגן די ייִדן. 4 האָט דער מלך אױסגעשטרעקט צו אֶסתֵּרן דעם גילדערנעם סקעפּטער, און אֶסתֵּר האָט זיך אױפֿגעהױבן און האָט זיך געשטעלט פֿאַרן מלך. 5 און זי האָט געזאָגט: אױב דעם מלך איז װױלגעפֿעלן, און אױב איך האָב געפֿונען חֵן פֿאַר אים, און די זאַך איז רעכט פֿאַרן מלך, און איך בין װױלגעפֿעלן אין זײַנע אױגן, זאָל געשריבן װערן אָפּצורופֿן די בריװ, די טראַכטונג פֿון הָמָן דעם זון פֿון הַמדָתאָן, דעם אַגָגי, װאָס ער האָט געשריבן אומצוברענגען די ייִדן אין אַלע מדינות פֿון מלך. 6 װאָרעם װי װעל איך קענען צוזען דאָס בײז װאָס װעט טרעפֿן מײַן פֿאָלק? און װי װעל איך קענען צוזען דעם אונטערגאַנג פֿון מײַן אָפּשטאַם?
7 האָט דער מלך אַחַשוֵרוֹש געזאָגט צו אֶסתֵּר המלכּה און צו מָרדכַי דעם ייִד: זעט, הָמָנס הױז האָב איך אַװעקגעגעבן צו אֶסתֵּרן, און אים האָט מען אױפֿגעהאַנגען אױף דער תּליה, פֿאַר װאָס ער האָט אױסגעשטרעקט אַ האַנט אױף די ייִדן. 8 און איר, שרײַבט װעגן די ייִדן, אַזױ װי עס איז גוט אין אײַערע אױגן, אין נאָמען פֿון מלך, און חתמעט אונטער מיט דעם זיגלרינג פֿון מלך, װאָרעם אַ געשריפֿטס װאָס איז געשריבן אין נאָמען פֿון מלך, און געחתמעט מיטן זיגלרינג פֿון מלך, איז נישט אָפּצורופֿן.
9 זײַנען גערופֿן געװאָרן די שרײַבער פֿון מלך אין יענער צײַט, אין דריטן חודש, דאָס איז חודש סיון, דרײַ און צװאַנציקסטן טאָג אין אים; און עס איז געשריבן געװאָרן אַזױ װי אַלץ װאָס מָרדכַי האָט באַפֿױלן, צו די ייִדן, און צו די סאַטראַפּן, און די פֿירשטן, און די האַרן פֿון די מדינות װאָס פֿון הוֹדו ביז כּוּש, הונדערט און זיבן און צװאַנציק מדינות; איטלעכער מדינה לױט איר כּתבֿ, און איטלעכן פֿאָלק לױט זײַן לשון, און צו די ייִדן לױט זײער כּתבֿ און לױט זײער לשון. 10 און מע האָט געשריבן אין נאָמען פֿון מלך אַחַשוֵרוֹש, און געחתמעט מיטן זיגלרינג פֿון מלך, און צעשיקט בריװ דורך דער האַנט פֿון די לױפֿערס אױף פֿערד, רײַטער אױף יאָגפֿערד פֿון די קיניגלעכע סטאַדעס, 11 אַז דער מלך האָט דערלױבט די ייִדן װאָס אין איטלעכער שטאָט, זיך אײַנצוזאַמלען, און זיך צו שטעלן פֿאַר זײער לעבן, צו פֿאַרטיליקן, צו הרגען, און אומצוברענגען יעטװעדער חיל פֿון דעם פֿאָלק און דער מדינה װאָס װעלן באַפֿאַלן זײ מיט די קלײנע קינדער און די װײַבער, און צו צערױבן זײער פֿאַרמעג, 12 אין אײן טאָג אין אַלע מדינות פֿון מלך אַחַשוֵרוֹש, אין דרײַצנטן טאָג פֿון צװעלפֿטן חודש, דאָס איז חודש אָדֶר. 13 דער נוסח פֿון דעם געשריפֿטס זאָל אַרױסגעגעבן װערן פֿאַר אַ באַפֿעל אין איטלעכער מדינה, באַקאַנט געמאַכט פֿאַר אַלע פֿעלקער, און די ייִדן זאָלן זײַן אָנגעברײט פֿאַר דעם דאָזיקן טאָג זיך נוֹקם צו זײַן אָן זײערע פֿײַנט.
14 זײַנען די לױפֿערס, די רײַטערס אױף יאָגפֿערד, אַרױס אין האַסט און געאײַל אױף דעם אָנזאָג פֿון מלך, און דער באַפֿעל איז אַרױסגעגעבן געװאָרן אין דער הױפּטשטאָט שושַן. 15 און מָרדכַי איז אַרױסגעגאַנגען פֿון פֿאַרן מלך אין בגדֵי-מַלכות פֿון בלאָען און װײַסן, מיט אַ גרױסער גילדערנער קרױן, און אַ מאַנטל פֿון פֿײַנלײַנען און פּורפּל. און די שטאָט שושַן האָט געהילכט און זיך געפֿרײט.
16 בײַ די ייִדן איז געװען אַ ליכטיקײט און אַ שׂימחה און אַ פֿרײד און אַ גדולה. 17 און אין איטלעכער מדינה און אין איטלעכער שטאָט, װוּ נאָר דער אָנזאָג פֿון מלך און זײַן באַפֿעל איז אָנגעקומען, איז געװען שָׂשׂון-וּשׂימחה בײַ ייִדן, אַ סעודה און אַ יוֹם-טובֿ. און פֿיל פֿון די פֿעלקער פֿון לאַנד זענען געװאָרן ייִדן, װײַל די מורא פֿאַר ייִדן איז געפֿאַלן אױף זײ.