Publicidade

Ester 4

1 און װי מָרדכַי האָט זיך דערװוּסט אַלץ װאָס איז געשען, אַזױ האָט מָרדכַי צעריסן זײַנע קלײדער, און ער האָט אָנגעטאָן זאַק מיט אַש און ער איז אַרױסגעגאַנגען אין מיטן שטאָט, און האָט געשריען אַ גרױס און ביטער געשרײ. 2 און ער איז געקומען ביז צום מלכס טױער; װאָרעם מע האָט נישט געטאָרט אַרײַנגײן אין מלכס טױער אין זאַק.

3 און אין איטלעכער מדינה, װוּ נאָר דער אָנזאָג פֿון מלך און זײַן באַפֿעל איז אָנגעקומען, איז געװען אַ גרױס טרױער בײַ ייִדן, און אַ תָּענית, און געװײן און קלאָג; זאַק און אַש האָבן פֿיל זיך אונטערגעבעט.

4 זײַנען געקומען אֶסתֵּרס מײדלעך און אירע קאַמערדינער, און האָבן איר דאָס דערצײלט, און די מלכּה איז אױפֿגעציטערט געװאָרן, און זי האָט געשיקט קלײדער אָנצוטאָן מָרדכַין, און אױסצוטאָן זײַן זאַק פֿון אים, אָבער ער האָט נישט אָנגענומען. 5 האָט אֶסתֵּר גערופֿן הַתָכן, אײנעם פֿון דעם מלכס קאַמערדינער װאָס ער האָט געשטעלט פֿאַר איר, און זי האָט אים באַפֿױלן צו מָרדכַין, געװאָר צו װערן װאָס דאָס איז, און פֿאַר װאָס דאָס איז.

6 איז הַתָך אַרױסגעגאַנגען צו מָרדכַין אױפֿן ברײטן פּלאַץ פֿון שטאָט װאָס פֿאַרן מלכס טױער, 7 און מָרדכַי האָט אים דערצײלט אַלץ װאָס אים איז געשען, און דעם באַטרעף פֿון דעם זילבער װאָס הָמָן האָט צוגעזאָגט אָפּצוּװעגן אין די שאַצקאַמערן פֿון מלך פֿאַר די ייִדן, כּדי זײ אומצוברענגען. 8 אױך דעם נוסח פֿון דעם געשריבענעם באַפֿעל װאָס איז אַרױסגעגעבן געװאָרן אין שושַן זײ צו פֿאַרטיליקן, האָט ער אים געגעבן, צו װײַזן אֶסתֵּרן, און איר דערצײלן, און איר אָנזאָגן צו גײן צום מלך, צו בעטן בײַ אים, און זיך שתּדלן בײַ אים פֿאַר איר פֿאָלק.

9 איז הַתָך געקומען, און האָט דערצײלט אֶסתֵּרן די װערטער פֿון מָרדכַין. 10 און אֶסתֵּר האָט גערעדט צו הַתָכן און האָט אים באַפֿױלן צו מָרדכַין: 11 אַלע קנעכט פֿון מלך און דאָס פֿאָלק פֿון מלכס מדינות, װײסן אַז איטלעכער מאַן אָדער פֿרױ װאָס גײט אַרײַן צום מלך אין אינעװײניקסטן הױף, װען ער װערט נישט גערופֿן, איז פֿאַר אים בלױז אײן געזעץ, טײטן, סײַדן דער װאָס דער מלך שטרעקט אױס צו אים דעם גילדערנעם צעפּטער, ער בלײַבט לעבן; און איך בין נישט גערופֿן געװאָרן צו קומען פֿאַרן מלך שױן דרײַסיק טעג.

12 האָט מען דערצײלט מָרדכַין די װערטער פֿון אֶסתֵּרן. 13 און מָרדכַי האָט געהײסן ענטפֿערן אֶסתֵּרן: זאָלסט נישט מײנען בײַ זיך, אַז דו פֿון אַלע ייִדן װעסט אַנטרונען װערן אין מלכס הױז. 14 װאָרעם אױב שװײַגן װעסטו שװײַגן אין דער צײַט, װעט אַ דערלײַכטערונג און אַ רעטונג אױפֿשטײן פֿאַר ייִדן פֿון אַן אַנדער אָרט, און דו און דײַן פֿאָטערס הױז װעלן אונטערגײן. און װער װײס אױב דו האָסט נישט דערגרײכט די מלוכה פֿאַר אַזאַ צײַט װי די?

15 האָט אֶסתֵּר געהײסן ענטפֿערן מָרדכַין: 16 גײ זאַמל אײַן אַלע ייִדן װאָס געפֿינען זיך אין שושַן, און פֿאַסט פֿאַר מיר, און איר זאָלט נישט עסן און נישט טרינקען דרײַ טעג, נאַכט און טאָג; אױך איך און מײַנע מײדלעך װעלן אַזױ פֿאַסטן. און אַזױ װעל איך גײן צום מלך, װאָס איז נישט לױט געזעץ; און אַז איך װעל אונטערגײן, װעל איך אונטערגײן.

17 איז מָרדכַי אַװעק, און האָט געטאָן אַזױ װי אַלץ װאָס אֶסתֵּר האָט אים באַפֿױלן.

Veja também

Publicidade
Ester
Ver todos os capítulos de Ester
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-