1 און עס איז געװען אױפֿן דריטן טאָג, האָט אֶסתֵּר זיך אָנגעטאָן מַלכותדיק, און האָט זיך געשטעלט אין אינעװײניקסטן הױף פֿון מלכס הױז אַקעגן מלכס הױז; און דער מלך איז געזעסן אױף זײַן קיניגלעכן טראָן אין קיניגלעכן הױז, אַקעגן דעם אײַנגאַנג פֿון הױז. 2 איז װי דער מלך האָט דערזען אֶסתֵּר המלכּה שטײענדיק אין הױף, האָט זי נוֹשׂא חן געװען אין זײַנע אױגן, און דער מלך האָט אױסגעשטרעקט צו אֶסתֵּרן דעם גילדערנעם צעפּטער װאָס אין זײַן האַנט, און אֶסתֵּר האָט גענענט, און האָט אָנגערירט דעם שפּיץ צעפּטער. 3 האָט דער מלך צו איר געזאָגט: װאָס איז דיר, אֶסתֵּר המלכּה? און װאָס איז דײַן בקשה? אַפֿילו ביז אַ האַלבער מלוכה זאָל דיר געגעבן װערן. 4 האָט אֶסתֵּר געזאָגט: אױב דעם מלך איז װױלגעפֿעלן, זאָל דער מלך און הָמָן קומען הײַנט צו דעם מאָלצײַט װאָס איך האָב פֿאַר אים געמאַכט. 5 האָט דער מלך געזאָגט: אײַלט אַהער הָמָנען, צו טאָן דאָס װאָרט פֿון אֶסתֵּרן.
און דער מלך און הָמָן זײַנען געקומען צו דעם מאָלצײַט װאָס אֶסתֵּר האָט געמאַכט. 6 און דער מלך האָט געזאָגט צו אֶסתֵּרן אױף דעם װײַנמאָלצײַט: װאָס נאָר דײַן פֿאַרלאַנג, װעט דיר געגעבן װערן, און װאָס נאָר דײַן בקשה, אַפֿילו ביז אַ האַלבער מלוכה װעט געטאָן װערן. 7 האָט אֶסתֵּר געענטפֿערט און האָט געזאָגט: מײַן פֿאַרלאַנג און מײַן בקשה – 8 אױב איך האָב געפֿונען חֵן אין די אױגן פֿון מלך, און אױב דעם מלך איז װױלגעפֿעלן צו געבן מײַן פֿאַרלאַנג און צו טאָן מײַן בקשה – זאָל דער מלך און הָמָן קומען צו דעם מאָלצײַט װאָס איך װעל זײ מאַכן; און מאָרגן װעל איך טאָן אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון מלך.
9 און הָמָן איז אַרױסגעגאַנגען אין יענעם טאָג פֿרײלעך און מיט אַן אױפֿגעראַמטן האַרצן. אָבער װי הָמָן האָט געזען מָרדכַין אין טױער פֿון מלך, אַז נישט ער האָט זיך אױפֿגעשטעלט און נישט ער האָט זיך גערירט פֿאַר אים, אַזױ איז הָמָן פֿול געװאָרן מיט גרימצאָרן אױף מָרדכַין. 10 אָבער הָמָן האָט זיך אײַנגעהאַלטן, און ער איז אַװעק אין זײַן הױז און האָט געשיקט און געבראַכט זײַנע גוטע פֿרײַנט, און זײַן װײַב זֶרֶש. 11 און הָמָן האָט אױסדערצײלט פֿאַר זײ זײַן גרױס עשירות, און זײַנע פֿיל קינדער, און אַלצדינג װי אַזױ דער מלך האָט אים געגרײסט, און װי אַזױ ער האָט אים דערהױבן איבער די האַרן און די קנעכט פֿון מלך. 12 און הָמָן האָט געזאָגט: אױך האָט אֶסתֵּר המלכּה נישט געלאָזט קומען קײנעם מיטן מלך צו דעם מאָלצײַט װאָס זי האָט געמאַכט נאָר בלױז מיך, און אױך אױף מאָרגן בין איך פֿאַרבעטן צו איר מיטן מלך. 13 אָבער דאָס אַלץ איז מיר נישט װערט, איטלעכס מאָל װאָס איך זע מָרדכַי דעם ייִדן זיצן אין טױער פֿון מלך. 14 האָט צו אים געזאָגט זײַן װײַב זֶרֶש, און אַלע זײַנע גוטע פֿרײַנט: זאָל מען מאַכן אַ תּליה פֿופֿציק אײלן הױך, און אין דער פֿרי זאָג דעם מלך, מע זאָל אױפֿהענגען אױף איר מָרדכַין; און גײ אַ פֿרײלעכער מיט דעם מלך צום מאָלצײַט. איז די זאַך װױלגעפֿעלן פֿאַר הָמָנען, און ער האָט געמאַכט די תּליה.