1 צװעלף יאָר איז מנַשֶה אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און פֿינף און פֿופֿציק יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען חֶפֿצי-בֿה.
2 און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳, אַזױ װי די אומװערדיקײטן פֿון די פֿעלקער װאָס ג-ט האָט פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 3 און ער האָט אָפּגעבױט די בָמות װאָס זײַן פֿאָטער חִזקִיָהו האָט צעשטערט, און ער האָט אױפֿגעשטעלט מזבחות צו בַעַל, און האָט געמאַכט אַן אַשֵרָה, און װי אַחאָבֿ דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל האָט געטאָן, און ער האָט זיך געבוקט צום גאַנצן חיל פֿון הימל, און זײ געדינט. 4 און ער האָט געבױט מזבחות אין הױז פֿון ה׳, װאָס ג-ט האָט געזאָגט: אין ירושָלַיִם װעל איך טאָן מײַן נאָמען. 5 און ער האָט געבױט מזבחות צום גאַנצן חיל פֿון הימל אין בײדע הױפֿן פֿון ה׳ס הױז. 6 און ער האָט געמאַכט דורכגײן זײַן זון דורכן פֿײַער, און האָט געברױכט צײכנזעערײַ און געצױבערט, און אײַנגעשאַפֿט גײַסטערזעער און טױטנבאַשװערער; ער האָט געמערט צו טאָן שלעכטס אין די אױגן פֿון ה׳, צו דערצערענען. 7 און ער האָט אַרײַנגעשטעלט דעם געץ פֿון דער אַשֵרָה װאָס ער האָט געמאַכט, אין דעם הױז װאָס ה׳ האָט געזאָגט צו דָוִדן און צו זײַן זון שלמהן: אין דעם דאָזיקן הױז און אין ירושָלַיִם װאָס איך האָב אױסדערװײלט פֿון אַלע שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל, װעל איך טאָן מײַן נאָמען אױף אײביק, 8 און איך װעל מער נישט פֿאַרװאָגלען דעם פֿוס פֿון יִשׂרָאֵל פֿון דער ערד װאָס איך האָב געגעבן זײערע עלטערן, אױב זײ װעלן נאָר היטן צו טאָן אַזױ װי אַלץ װאָס איך האָב זײ באַפֿױלן, און לױט דער גאַנצער תּורה װאָס מײַן קנעכט משה האָט זײ באַפֿױלן. 9 אָבער זײ האָבן נישט צוגעהערט; און מנַשֶה האָט זײ פֿאַרפֿירט צו טאָן מער שלעכטס װי די פֿעלקער װאָס ה׳ האָט פֿאַרטיליקט פֿון פֿאַר די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל.
10 און ה׳ האָט גערעדט דורך זײַנע קנעכט די נבֿיאים, אַזױ צו זאָגן: 11 װײַל מנַשֶה דער מלך פֿון יהוּדה האָט געטאָן די דאָזיקע אומװערדיקײטן, איז באַגאַנגען ערגערס װי אַלץ װאָס די אֶמוֹרים װאָס פֿאַר אים האָבן געטאָן, און האָט אױך געמאַכט זינדיקן יהוּדה מיט זײַנע אָפּגעטער, 12 דערום האָט אַזױ געזאָגט ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל: זע, איך ברענג אַן אומגליק אױף ירושָלַיִם און יהוּדה, אַז איטלעכער װאָס הערט עס, װעלן קלינגען זײַנע בײדע אױערן. 13 און איך װעל ציִען אױף ירושָלַיִם די מעסטשנור פֿון שוֹמרוֹן, און די װאָגשנור פֿון אַחאָבֿס הױז; און איך װעל אױסװישן ירושָלַיִם, אַזױ װי מע װישט אױס אַ שיסל, אױסגעװישט און אומגעקערט אױף איר פּנים. 14 און איך װעל אַװעקװאַרפֿן דעם איבערבלײַב פֿון מײַן אַרב, און װעל זײ געבן אין דער האַנט פֿון זײערע פֿײַנט, און זײ װעלן זײַן צו רױב און צו אױסרױבונג פֿאַר אַלע זײערע פֿײַנט. 15 װײַל זײ האָבן געטאָן װאָס איז שלעכט אין מײַנע אױגן, און האָבן מיך דערצערנט פֿון דעם טאָג װאָס זײערע עלטערן זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון מִצרַיִם און ביז אױף הײַנטיקן טאָג.
16 און אױך אומשולדיק בלוט האָט מנַשֶה פֿאַרגאָסן זײער פֿיל, ביז ער האָט אָנגעפֿילט ירושָלַיִם פֿון עק צו עק; אַחוץ זײַן זינד װאָס ער האָט געמאַכט זינדיקן יהוּדה, צו טאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳.
17 און די איבעריקע זאַכן װעגן מנַשֶהן, און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן, און זײַן זינד װאָס ער האָט געזינדיקט, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יהוּדה.
18 און מנַשֶה האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און ער איז באַגראָבן געװאָרן אין דעם גאָרטן פֿון זײַן הױז, אין דעם גאָרטן פֿון עוּזאָן. און זײַן זון אָמוֹן איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.
19 צװײ און צװאַנציק יאָר איז אָמוֹן אַלט געװען. אַז ער איז געװאָרן מלך, און צװײ יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען משולֶמֶת די טאָכטער פֿון חָרוצן, פֿון יָטבֿה.
20 און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳, אַזױ װי זײַן פֿאָטער מנַשֶה האָט געטאָן. 21 און ער איז געגאַנגען אין אַל דעם װעג װאָס זײַן פֿאָטער איז געגאַנגען, און ער האָט געדינט די אָפּגעטער װאָס זײַן פֿאָטער האָט געדינט, און האָט זיך צו זײ געבוקט. 22 און ער האָט פֿאַרלאָזן ה׳ דעם ג-ט פֿון זײַנע עלטערן, און איז נישט געגאַנגען אין דעם װעג פֿון ה׳.
23 און די קנעכט פֿון אָמוֹנען האָבן געמאַכט אַ בונט אױף אים, און האָבן געטײט דעם מלך אין זײַן הױז. 24 און דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד האָט דערשלאָגן אַלע װאָס האָבן געמאַכט דעם בונט אױף דעם מלך אָמוֹן. און דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד האָט געמאַכט זײַן זון יֹאשִיָהון פֿאַר מלך אױף זײַן אָרט.
25 און די איבעריקע זאַכן פֿון אָמוֹנען װאָס ער האָט געטאָן, זײ זײַנען שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יהוּדה.
26 און מע האָט אים באַגראָבן אין זײַן קבֿר, אין דעם גאָרטן פֿון עוּזאָן. און זײַן זון יֹאשִיָהו איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.